Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

יוסף מזרחיס האַסווערטערYosef Mizrachi’s hate speech

דער פּאָפּולערער קירובֿ־רבֿ האָט אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ וואָס רופֿט צו הרגענען 14 מעסיקע אָרטאָדאָקסישע רבנים.

אין פֿעברואַר 2016 האָב איך דערציילט אונדזערע לייענער אַז הרבֿ יוסף מזרחי, אַ פּאָפּולערער אַמעריקאַנער קירובֿ־טוער, האָט אין אַ יוטוב־ווידעאָ עפֿנטלעך געלייקנט דעם חורבן.

דעם 12טן יולי, האָט הרבֿ מזרחי אַרויסגעשטעלט אויפֿן יוטוב אַ ווידעאָ־פּאַשקעוויל, באַגלייט מיט סצענעס פֿון אַמעריקאַנער שוידער־פֿילמען, וווּ ער דרשנט, אַז אַ ריי רבנים, באַקאַנט פֿאַר זייערע מעסיקע, טאָלעראַנטע דעות, זאָלן דערהרגעט ווערן. די אַפּאָקאַליפּטישע ווידעאָ־עפֿעקטן האָט צונויפֿגעשטעלט זײַן חבֿר, הרבֿ ירון ראובֿן.

מזרחיס עקסטרעמער ווידעאָ־שיעור האָט אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל אין סאָציאַלע נעצן, אַרײַנגערעכנט דאָס פֿייסבוק־זײַטל פֿון שמריה ראָזענבערג, דער געוועזעזענער בעל־הבית פֿון דער וועבזײַט FailedMessiah. די וואָך האָט דער רבֿ באַגרענעצט דעם צוגאַנג צו זײַן צווייפֿלהאַפֿטיקן שיעור, אָבער נישט אינגאַנצן אַראָפּגענומען אים פֿון „יוטוב‟. די ווידעאָ איז געוואָרן פּריוואַט; נאָר געוויסע יחידים – מסתּמא, מזרחיס געטרײַסטע תּלדימים – קאָנען עס איצט זען. ס׳זעט אויס, אַז דער רבֿ אַליין האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַזאַ מאַטעריאַל קאָן פֿאַר אים טײַער אָפּקאָסטן.

טויזנטער מענטשן האָבן עס אָבער באַוויזן צו זען. דעם 12טן יולי, ווען דער שיעור האָט זיך באַוויזן אויפֿן „יוטוב‟, האָט ער גלײַך צוגעצויגן איבער 10.5 טויזנט צוקוקער; מער פֿון זיי האָבן זיך יענעם טאָג אָפּגערופֿן פּאָזיטיוו, ווי נעגאַטיוו. איינער פֿון די פֿיגורן אויף דער שוואַרצער ליסטע, הרבֿ נתן סליפֿקין, האָט אָפּגעהיט און פּובליקירט דעם ווידעאָ אויף זײַן וועבזײַט Rationalist Judaism.

אין דער שוואַרצער ליסטע פֿון 14 נעמען זענען אַרײַן, צווישן אַנדערע: דער געוועזענער בריטישער הויפּט־רבֿ יונתן סאַקס; דער הײַנטיקער בריטישער הויפּט־רבֿ אפֿרים מירוויס און זײַן אָנגעזעענער קאָלעגע יוסף דוועק; דער באַקאַנטער טעלעוויזיע־לעקטאָר הרבֿ שמואל (שמולי) בוטח; דער גרינדער פֿון „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟ — הרבֿ אַבֿי ווײַס; הרבֿ נתן סליפֿקין, אַ באַקאַנטער פֿרומער פֿאַרטיידיקער פֿון דער עוואָלוציע־טעאָריע און הרבֿ נתן לאָפּעז־קאַרדאָזאָ, דער גרינדער און מנהיג פֿון דער „אַקאַדעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דוד קאַרדאָזאָ‟ אין ירושלים.

פֿאַר מיר קלינגט מזרחיס ליסטע באַזונדערס טשיקאַווע און אויך גאָר טרויעריק; נישט איין מאָל האָב איך געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟ וועגן אָט די רבנים מיט סימפּאַטיע און גענוצט זייערע געדאַנקען אין מײַנע פּרשה־אַרטיקלען. אַדרבה, זיי האָבן זיכער מחזק געווען די אמונה בײַ אַ סך ייִדן, ווײַל זיי ווײַזן, אַז אַ פֿרומער ייִד מוז נישט זײַן אַ קעגנער פֿון וויסנשאַפֿט, אַ ראַסיסט, סעקסיסט און האָמאָפֿאָב.

ווײַזט אויס, אַז דער לעצטער פּונקט האָט אויפֿגעבראַכט מזרחי צום מערסטן, הגם הרבֿ דוועק און אַנדערע האָבן בלויז באַמערקט, אַז משכּבֿ־זכר בלײַבט על־פּי תּורה אַ גרויסע עבֿירה, אָבער בעצם נישט ערגער, ווי אָנצוצינדן אַ שוועבל אום שבת אָדער צו לעבן מיט אַ פֿרוי, וואָס גייט נישט אין מיקווה. בשום־אופֿן זענען זיי נישט מתּיר די האָמאָסעקסועלע באַציִונגען, אָבער באַטאָנען – גאַנץ ריכטיק – אַז אַ באַזונדערע שׂינאה דווקא לגבי אָט־דער באַזונדערער עבֿירה איז אומבאַרעכטיקט און לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל.

דעם באַקאַנטן ליובאַוויטשער רבֿ מעניס (מנחם) פֿרידמאַן האָט מזרחי אָנגערופֿן „סאַנטאַ־קלאַוס‟ צוליב יענעמס לאַנגער ווײַסער באָרד. פֿון דער פֿרומער פּערספּעקטיוו איז עס גאָר אַ מאָדנע צונעמעניש, ווײַל צו טראָגן אַ לאַנגע באָרד איז דאָך בײַ די חסידים אַ גרויסע מיצווה, הגם אַ סך רבנים, בפֿרט ספֿרדישע, זענען מתּיר זי צו שנײַדן. פֿרידמאַן אַליין איז אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע פֿיגור צוליב זײַנע עקסטרעם־רעכטע דעות; אין 2009 האָט ער גערופֿן אויסצוהרגענען די פּאַלעסטינער מענער, פֿרויען, קינדער „און אַפֿילו בהמות‟. די ליובאַוויטשער רבנים האָבן אים געצוווּנגען זיך צו אַנטשולדיקן און צוריקציִען זײַנע ווערטער. פֿרידמאַנס גאָר רעכטע שטימונגען בלײַבן אָבער גאַנץ קלאָר. מזרחי האָט אַרײַנגעשריבן דעם דאָזיקן רבֿ אין דער ליסטע פֿון די „ערגסטע אַפּיקורסים‟ צוליב דעם, וואָס פֿרידמאַן באַציט זיך נישט צו ערנסט צו דער פּראָבלעם פֿון סעקסועלע באַלעסטיקונגען אין ישיבֿות.

מיט אַ חודש צוריק איז מזרחי אַרויסגעטראָטן אויפֿן „יוטוב‟ מיט אַן אַנדער ווערסיע פֿון דער זעלבער דרשה, וווּ ער זאָגט, אַז ייִדן זענען, צום גליק, אַ פֿרידלעך פֿאָלק, וואָס הרגעט נישט קיין מענטשן פֿאַר זייערע דעות. אין דער נײַער ווערסיע באַטאָנט ער פֿאַרקערט, אַז צו דערהרגענען אַן אַפּיקורס אָדער אַ קריסטלעכן מיסיאָנער איז דווקא אַ גוואַלדיקע מיצווה.

מזרחי טענהט, אַז די נשמות פֿון הײַנטיקע ייִדישע פֿירער שטאַמען פֿון עמלק, און אַז ס׳רובֿ ייִדן – מיינענדיק די פֿרומע, שוין אָפּגערעדט פֿון די וועלטלעכע – פֿאָלגן די „עמלקים‟. קומט אויס, אַז ער קלינגט דערצו ווי אַן אַנטיסעמיט. לויט זײַן שיטה, זענען ס׳רובֿ ייִדן אָנהענגער פֿון דער בייזער „עמלקישער‟ רעליגיע; בלויז אַזעלכע זעלטענע יחידים ווי ער ווייסן, כּלומרשט, דעם „ריינעם אמת‟.

דאָס אַלץ וואָלט געקלונגען בלויז ווי צעיושעטע ווערטער פֿון אַן אויפֿגעבראַכטן פּאַרשוין, ווען נישט מזרחיס ממשותדיקע השפּעה, בפֿרט אין די בעל־תּשובֿישע קרײַזן. איך קען פּערזענלעך אַ טוץ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס ווערן שטאַרק ברוגז, ווען עמעצער דערוועגט זיך צו קריטיקירן דעם־אָ „צדיק‟. אין מאָנסי, וווּ דער רבֿ וווינט, האָב איך אַפֿילו געהערט פֿון די אָרטיקע חסידים, אַז כאָטש מזרחי איז ווײַט פֿונעם חסידישן עולם, זענען זײַנע דרשות „אַ גרויסער חיזוק פֿאַר פֿרישע בעל־תּשובֿות‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version