„ייִדיש־וואָך“ פּראָגראַמען אָנלײַן אַ גאַנצן זומערYiddish Week programs online all summer long
צום ערשטן מאָל וועלן ייִדיש־רעדער איבער דער וועלט זיך קענען באַטייליקן — אָן צו באַצאָלן פֿאַרן פֿליִען קיין ניו־יאָרק
די וואָך האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע רונדע פּראָגראַמען פֿון יוגנטרופֿס „ייִדיש־וואָך, אַלע וואָך“, וואָס דינט ווי אַ בימקום פֿאַר דער אַנולירטער „ייִדיש־וואָך“. להיפּוך צו אַ געוויינטלעכער „ייִדיש־וואָך“, וואָס דויערט זעקס טעג, וועלן די „ייִדיש־וואָך, אַלע וואָך“־אַקטיוויטעטן אָנגיין במשך פֿון זיבן וואָכן.
צוליב דעם וואָס די אַקטיוויטעטן זענען אָנלײַן, וועלן ייִדיש־רעדער איבער דער וועלט זיך קענען באַטייליקן אָן צו באַצאָלן דאָס פֿליגעלט קיין ניו־יאָרק.
צווישן די פּראָגראַמען: טרעפֿונגען פֿאַר קינדער, אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן פֿאַר דערוואַקסענע און געוויינטלעכע ייִדיש־וואָך־אַקטיוויטעטן אַזוי ווי דאָס שפּיל — דער „פֿרעג־געשלעג“; די טאַלאַנטאַרניע, און „מאָלן און משקה“ — נאָר, אַוודאי, צוגעפּאַסט פֿאַר אַן אָנלײַן־פֿאָרמאַט. מע אָרדנט אויך אײַן אַ סעריע רעפֿעראַטן און פֿאָרלייענונגען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין שײַכות מיט יוגנטרופֿס נײַעם פּראָיעקט — פֿאַרלאַג־קינדער־לשון. דעם גאַנצן קאַלענדאַר פֿאַרן זומער קען מען זען דאָ.
די קומענדיקע וואָך וועלן פֿאָרקומען די ווײַטערדיקע אַקטיוויטעטן:
אַ חומש־לייענקרײַז, אין וועלכן מע וועט צוזאַמענלייענען אויסצוגן פֿון יהואשס תּנ׳׳ך־איבערזעצונג — זונטיק, דעם 19טן יולי, פֿינף אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט (מירל טאַטאָם)
אַ יאָגאַ־לעקציע — דינסטיק, דעם 21סטן יולי, אַכט אַ זייגער אין דער פֿרי (וועראַ סאַבאָ).
אַ לייענקרײַז פֿאַר קינדער — מיטוואָך, דעם 22סטן יולי, 12 אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט (יהודית בראָ־פּינהאַסיק).
ייִדישע קינדער־ליטעראַטור און איבערזעצונגען וואָס ווערן אַרײַנגענומען אין אַ נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אויף ענגליש „האָניק אויף דער זײַט“ — מיטוואָך, דעם 22סטן יולי, זיבן אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט (ד׳׳ר מרים יודל).
קאָכקלאַס פֿאַר קינדער: פּיקניק־פּאָטראַוועס
שׂרה־רחל שעכטער װעט װײַזן די קינדער (און די עלטערן) װי צו מאַכן געבראָטענע ספּאַרזשע מיט לאַקס (אָדער מיט קעז פֿאַר די װאָס עסן נישט קיין פֿיש) און געבראָטענע קאַליפֿיאָר־„בלימעלעך״ אויף זייער קומעדיקן פּיקניק. זונטיק, דעם 26סטן יולי, 10 אַ זייגער אין דער פֿרי.
אַ טריוויע פֿרעגשפּיל געווידמעט הערי פּאָטער — זונטיק, דעם 26סטן יולי, 12 אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט (ד׳׳ר ברוכה לאַנג, צפּורה קאַפּלאַן און רפֿאלקע קאַפּלאַן).
כּדי אָנטיילצונעמען אין די אַקטיוויטעטן פֿון דער „ייִדיש־וואָך, אַלע־וואָך“, דאַרף מען זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. מע קען זיך רעגיסטרירן אויף איינצלנע פּראָגראַמען, צי אויף אַ חודש, צי אויפֿן גאַנצן זומער. מע בעט אַז די וואָס פֿאַרשרײַבן זיך זאָלן באַצאָלן אַכט דאָלאַר אויף אַן אַקטיוויטעט אָדער $180 אויף אַ חודש און $360 אויפֿן גאַנצן זומער.
צוליב דעם וואָס דער עקאָנאָמישער מצבֿ איז איצט ניט קיין גוטער, דערלאָזט יוגנטרוף אַלעמען זיך צו באַטייליקן, אַפֿילו אויב זיי קענען זיך ניט דערלויבן צו באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO