Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָנלײַן־פֿעסטיוואַל געווידמעט פֿרויען אין דער ייִדישער קולטורOnline festival on women in Yiddish culture 

צווישן די פּראָגראַמען — קאַפֿקאַס לעצטע ליבע; לידער וועגן מאַמעס, און פּאָליטישע אַקטיוויסטקעס אינעם צאַרישן רוסלאַנד.

די אָרגאַניזאַציע YAAANA (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע) אָרדנט אײַן אַ פֿעסטיוואַל געווידמעט דער ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער קולטור. די פּראָגראַמען, אויף ייִדיש און ענגליש, וועלן פֿאָרקומען פֿון זונטיק, דעם 19טן יולי ביז מאָנטיק, דעם 3טן אויגוסט. 

קאָנצערט פֿון לידער וועגן פֿרויען (מיט סידני פּיילי)

זונטיק, דעם 19טן יולי, צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט די זינגערין סידני פּיילי אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער וועגן פֿרויען, מיט מוזיק פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, חוה אַלבערשטיין און פּאָלינאַ שעפּהערד. עס וועט אַרײַננעמען אַרבעטער־לידער, ליבע־לידער און אַן עראָטישער טאַנגאָ. 

לייענקרײַז פֿון דבֿורה דיאַמאַנטס ווערק

מאָנטיק, דעם 20סטן יולי, צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען לייענען און דיסקוטירן אַן אויסצוג פֿון דבֿורה דיאַמאַנטס זכרונות. כאָטש איר נאָמען איז הײַנט ווייניק באַקאַנט דעם ברייטן עולם, איז זי באַקאַנט אין דער ליטעראַטור־געשיכטע ווי די לעצטע ליבע פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ, וואָס האָט נאָך זײַן פּטירה פֿאַרברענט אַ טייל פֿונעם באַרימטן מחברס ווערק. זי איז געווען אַ שרײַבערין אויף ייִדיש, דײַטש און פּויליש, אַ טעאַטער־קריטיקערין און אַ קאָמוניסטישע אַקטיוויסטקע. יאַנאַ מאַזורקיעוויטש־מײַאַראָש וועט אָנפֿירן מיט דער פּראָגראַם (אויף ייִדיש).

רעדע וועגן לינטשערײַען אין די ווערק פֿון דער פּאָעטעסע מלכּה לי

מיטוואָך, דעם 22סטן יולי, צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט ד׳׳ר אַמעליאַ גלעזער האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן מלכּה ליס ליד „גאָטס שוואַרצער לאַם“, וואָס שילדערט אַ לינטשערײַ פֿון אַן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער. ד׳׳ר גלעזער וועט דערקלערן ווי אַזוי ליס ליד שפּיגלט אָפּ השפּעות פֿון אַנדערע ליטעראַרישע ווערק וועגן לינטשערײַען אויף ייִדיש און ענגליש. 

„לידערליכט“ — ייִדישע פּאָעזיע וועגן מאַמעס (ד׳׳ר שבֿע צוקער)

דאָנערשטיק, דעם 23סטן יולי, פֿינף אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט ד׳׳ר שבֿע צוקער האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן ייִדישע לידער געווידמעט מאַמעס. די לידער שפּיגלען אָפּ סײַ ליבשאַפֿט, סײַ רעוואָלט קעגן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער־לעבן. די אָנטיילנעמער וועלן צוזאַמענלייענען די לידער און ד׳׳ר צוקער וועט אַרומרעדן די באַשלוסן וואָס זי האָט געמאַכט בײַם איבערזעצן די לידער אויף ענגליש.

רעפֿעראַט וועגן דעם לעבן פֿון דבֿורה דיאַמאַנט

זונטיק, דעם 26סטן יולי, צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט קאַטי דיאַמאַנט, די מחברטע פֿון אַ בוך וועגן דער שרײַבערין דבֿורה דיאַמאַנט(דרך־אגבֿ, ניט קיין קרובֿטע אירע), וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ענגליש וועגן דער ייִדישער שרײַבערין, פּאָליטישער אַקטיוויסטקע און טעאַטער־קריטיקערין, וואָס איז געווען די לעצטע ליבע פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ. 

רעפֿעראַט וועגן ייִדישע פֿרויען אין די ראַדיקאַלע רוסישע פּאָליטישע באַוועגונגען

מאָנטיק, דעם 27סטן יולי, צוויי אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט ד׳׳ר דבֿורה הערץ רעדן אויף ענגליש וועגן די געזעלשאַפֿטלעכע באַדינגונען אין די לעצטע יאָרן פֿון דער צאַרישער אימפּעריע, וואָס האָבן דערפֿירט אַ סך ייִדישע פֿרויען זיך אָנצושליסן אין די רייען פֿון ראַדיקאַלע פּאָליטישע באַוועגונגען.   דאָקומענטאַר וועגן ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

מיטוואָך, דעם 29סטן יולי, צוויי אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער „ביילע: די קינסטלערין און איר ירושה‟.

קאָנצערט פֿון פֿרויען־לידער מיט יעל סטראָם און עליזאַבעט שוואַרץ

זונטיק, דעם 2טן אויגוסט, צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועלן יעל סטראָם און עליזאַבעט שוואַרץ אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט לידער וועגן ייִדישע פֿרויען. צווישן די לידער וועט מען הערן סײַ גוט־באַקאַנטע לידער, סײַ ווייניק־באַקאַנטע, וואָס סטראָם האָט געזאַמלט בעת זײַנע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין מיזרח־אייראָפּע. מע וועט אויך שפּילן אינסטרומענטאַלע לידער, צו וועלכע פֿרויען פֿלעגן טאַנצן אויף חתונות.

רעפֿעראַט וועגן קאָמפּאָנירן נײַע ייִדישע לידער 

מאָנטיק, דעם דריטן אויגוסט, צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט די פּאָעטעסע און קאָמפּאָזיטאָרין שולי אלישבֿע זערין רעדן אויף ענגליש וועגן דעם ווי אַזוי זי שרײַבט אָריגינעלע לידער אויף ייִדיש און שאַפֿט מוזיק אינספּירירט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע זיי צו באַגלייטן. 

שמועסן אויף ייִדיש מיט ייִדישע פֿרויען

במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט מען טראַנסמיטירן שמועסן מיט ייִדיש־רעדנדיקע פֿרויען וועגן זייער אַרבעט. עס וועלן אָנטייל נעמען אין דער סעריע ד׳׳ר סאָסיע פֿאָקס, די גרינדערין פֿונעם פֿעמיניסטישן ייִדיש־שפּראַכיקן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש“, ד׳׳ר מרים טרין, די רעדאַקטאָרין פֿון „אויפֿן שוועל“, און עבי שטיין, די מחברטע פֿונעם ביכל זכרונות Becoming Eve (ווי איך בין געוואָרן חוה), און דרײַ ייִדיש־לערערינס: דאַריע וואַכרושעוואַ, טאַניע יאַקאָלעוואַ און יאַנאַ מאַזורקיעוויטש־מײַאַראָש. 

בילעטן קאָסטן $15 ביז $18 אַ פּראָגראַם. מע קען זיך אויך פֿאַרשרײַבן אויפֿן גאַנצן פֿעסטיוואַל פֿאַר $120, אָדער אויף בלויז די ייִדיש־שפּראַכיקע פּראָגראַמען פֿאַר $60.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version