זײַ אַ סאָלדאַט פֿאַר זיךBe a soldier of your own fortune
צו פֿאַרבעסערן אונדזער זעלבסט־דיסציפּלין, מוזן מיר בײַקומען צענדליקער שווערע לעבן־סיטואַציעס.
אינעם ערשטן טייל פֿון דער הײַנטיקער פּרשה לייענען מיר ווײַטער וועגן די מדינים, וועלכע האָבן געבראַכט ייִדן אַ היזק בגשמיות און ברוחניות, ווען זיי האָבן אָפּגעמאַכט מיט אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען אַרײַנצודרינגען אינעם ייִדישן מידבר־לאַגער און דורך סעקסועלע עבֿירות אײַנצורעדן ייִדן צו דינען עבֿודה־זרה.
דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו זיך נוקם צו זײַן אין די מדינים. אַ גרויסע אַרמיי, טויזנט סאָלדאַטן פֿון יעדן שבֿט, האָט צעשטערט די מדינישע שטעט, דערהרגעט זייערע מענער, פֿאַרכאַפּט די פֿרויען און קינדער. שפּעטער ווערט אין דער פּרשה פּרטימדיק דערציילט, וויפֿל בהמות און מענטשן האָבן ייִדן צוגענומען בעת דעם געראָטענעם מיליטערישן אַטאַק.
אַזוי ווי אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם קנאָות־טאַט פֿון פּנחסן, לייענען מיר וועגן אַן אוראַלטער מעשׂה, וועלכע איז געווען באַרעכטיקט מיט איבער 3,000 יאָר צוריק, אָבער שטימט בשום־אופֿן נישט מיט אונדזערע הײַנטיקע עטישע סטאַנדאַרטן. סוף־כּל־סוף, זענען ייִדן אָנגעפֿאַלן דווקא אויף די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די צרות, און נישט אויף די מואבֿישע פֿרויען, וועלכע האָבן בלויז אויסגעפֿירט דעם באַפֿעל פֿון די מדינים. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע מלחמה־אַקציעס פֿון יענער תּקופֿה, האָבן ייִדן זיך געשלאָגן בלויז מיט דערוואַקסענע מענער.
אַזוי ווי אין אַנדערע פֿאַלן פֿונעם „תּנ״כישן מיליטאַריזם‟, דערקלערן פֿאַרשיידענע מפֿרשים, בפֿרט די חסידישע, אַז בײַם לייענען די הײַנטיקע סדרה איז וויכטיק צו געדענקען, אַז דער עיקר־תּוכן פֿון דער דאָזיקער מלחמה, וואָס בלײַבט אייביק אַקטועל, איז אַ רוחניותדיקער. די מדינים רעפּרעזענטירן געוויסע אַספּעקטן פֿון אונדזער אייגענעם יצר־הרע. אויב זיי ברענגען אונדז אַן ערנסטן היזק, האָט אונדז דער רבונו־של־עולם געהייסן צו האַלטן קעגן זיי אַן אינערלעכע מלחמה. די שלעכטע מידות דאַרף מען נישט אינגאַנצן פֿאַרניכטן; אין אונדזערע נטיות און תּאוות שטעקן געוויסע שיינע עלעמענטן, וואָס מע קאָן „פֿאַרכאַפּן‟ – דהײַנו, טראַנספֿאָרמירן, כּדי אויסצונוצן זיי צום גוטן.
משה רבינו האָט אָנגעזאָגט: „החלצו מאתּכם אַנשים לצבֿא‟ – קלײַבט אויס, מאָביליזירט אָדער טיילט אָפּ פֿון זיך אַליין די מלחמה־לײַט. די חסידישע צדיקים גיבן דאָ אַן עצה: כּדי מנצח צו זײַן די אייגענע נסיונות און תּאוות, דאַרף יעדער זיך פֿאָרשטעלן, אַז ער איז דער איינציקער מענטש אין דער וועלט. אַזוי ווי עס שטייט אין פּרקי־אָבֿות: אין אַן אָרט, וווּ עס איז נישטאָ קיין מענטשן, שטרעב צו זײַן אַ מענטש. מע קאָן דעם דאָזיקן מאמר חז”ל אָפּטײַטשן אַזוי: צו זײַן אַ מענטש, שטעל זיך פֿאָר, אַז קיין אַנדערע מענטשן זענען אַרום דיר נישטאָ, נאָר מאָביליזיר זיך אַליין, אָרגאַניזיר דײַן אייגן לעבן ווי אַ מיליטערישער קאָמאַנדיר. אויב דו לערנסט זיך אויס, ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן ווי אַ מענטש, ווען קיינער קוקט נישט אויף דיר, וועסטו זײַן מסוגל צו געווינען דײַנע „מדינים‟, די שעדלעכע מחשבֿות בײַ דיר אין קאָפּ און שעדלעכע געפֿילן אין דײַן האַרצן.
דער צווייטער טייל פֿון אונדזער טאָפּלטער סדרה – „מסעי‟ – קלינגט אַ ביסל נודנע. עס ווערן איבערגעציילט 42 ערטער, וווּ ייִדן האָבן זיך אָפּגעשטעלט במשך פֿון זייער לאַנגער וואַנדערונג אינעם מידבר. וווּ ס׳זענען געווען די דאָזיקע ערטער – ווייסט קיינער נישט, הגם אין אַ פּאָר פֿאַלן האָבן געוויסע היסטאָריקער און אַרכעאָלאָגן אויסגעדריקט פֿאַרשיידענע השערות. די מקובלים און חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז יעדעס אָרט שטימט מיט אַ געוויסער גײַסטיקער „סטאַנציע‟, וועלכע יעדער מענטש מוז באַזוכן אויף זײַן לעבנס־וועג, כּדי צו דערגרייכן דאָס רוחניותדיקע שלימות. אין ס׳רובֿ פֿאַלן דערקלערן אָבער נישט קיין ספֿרים, ווי אַזוי די ערטער אין דער פּרשה שטימען מיט אונדזער לעבן.
די סיבה דערפֿון איז פּשוט: יעדער יחיד טרעפֿט זיך מיט פֿאַרשיידענע אוניקאַלע סיטואַציעס אין זײַן לעבן. קיין אַלגעמיינער רעצעפּט, ווי אַזוי זיי צו באַהאַנדלען, איז נישטאָ. אונדזער פּרשה וואָרנט אונדז ברמז, אַז אויפֿן לאַנגן וועג פֿון אינערלעכן גלות צו דער פּערזענלעכער גאולה, שטויסן מיר זיך אָן אויף צענדליקער פֿאַרשיידענע פֿאַלן – צומאָל אומפֿאַרשטענדלעכע און נודנע. דעמאָלט איז כּדאַי זיך אָפּצושטעלן, אָפּצוגעבן אַ דין־וחשבון און באַשליסן פֿאַר זיך, וואָס צו טאָן און וווּהין צו גיין ווײַטער, כּדי צו ווערן אַ בעסערער „סאָלדאַט פֿאַר זיך‟, אַ גײַסטיק־דיסציפּלינירטער מענטש, אַ געווינער פֿון „אינערלעכע שׂונאים‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO