ווידעאָ: ליטעראַרישער יום־טובֿ לכּבֿוד באָריס סאַנדלערן WATCH: Literary celebration in honor of Boris Sandler
אַ ביראָביזשאַנער וואָקאַל־אַנסאַמבל, ייִדיש־רעדנדיקע קינדער און באַרימטע מוזיקער און אַקטיאָרן האָבן אויפֿגעפֿירט סאַנדלערס ווערק.
מיט פּראַכט און פּאַראַד האָט אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער, אַקטיאָרן, זינגער און מוזיקער אָפּגעגעבן כּבֿוד באָריס סאַנדלערן בשעת אַן אינטערנאַציאָנאַלער אָנלײַן־פּראָגראַם, „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס: אַ סיבה פֿאַר אַ מסיבה“.
אינעם ספּעקאַטקל, אײַנגעאָרדנט דורכן „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך“, „יונג־ייִדיש“, „דעם אַרבעטער־רינג“ און דעם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ, האָט מען געזונגען לידער אָנגעשריבן פֿונעם בעל־שׂימחה, ווי אויך פֿאָרגעלייענט פֿון זײַנע ווערק. געסט פֿון אַ האַלבן טוץ לענדער האָבן אויך געלויבט זײַן השפּעה אויף דער ייִדישער גאַס סײַ ווי אַ שרײַבער, סײַ ווי אַ קולטור־טוער און רעדאַקטאָר.
דער ביראָבידזשאַנער וואָקאַלער אַנסאַמבל „אילנות“ האָט געזונגען סאַנדלערס ליד, „איציק שפּיציק“, און זייער בן־עיר ניקאָלײַ באָראָדולין, דער דירעקטאָר פֿון ייִדיש־דערציִונג בײַם „אַרבעטער־רינג“, האָט באַגריסט דעם בעל־יובֿל און גערעדט וועגן זײַנע אייגענע אײַנדרוקן פֿון סאַנדלערס ווערק.
פֿון אַרגענטינע האָט דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר רפֿאל גאָדלוואַסער פֿאָרגעלייענט אַן אויסצוג פֿון סאַנדלערס קינדער־זכרונות וועגן פּורים אין בעלץ, און פֿון תּל־אָבֿיבֿ האָט דער אַקטיאָר און גרינדער פֿון „יונג־ייִדיש“, מענדי כּהנא, מהנה געווען דעם עולם מיט סאַנדלערס אַ מאָנאָלאָג וועגן ברוקלין. שיין בייקער, דער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“ האָט פֿאָרגעלייענט סאַנדלערס אַ מאָנאָלאָג וועגן היטן און קאַפּעלוישן.
צוויי ייִדיש־רעדנדיקע קינדער, איינס פֿון ירושלים — יאָסעלע ניבאָרסקי און איינס פֿון ברוקלין — דינה סלעפּאָוויטש, האָבן פֿאָרגעלייענט לידער פֿון סאַנדלערס נײַער זאַמלונג קינדערלידער, „אַ גוט מאָרגן!“. ס׳האָט אויך אויפֿגעטראָטן מיט אַ ליד פֿון דער זאַמלונג, „אַ פֿליג“, דער מוזיקער, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר זיסל סלעפּאָוויטש,
באַגלייטנדיק עס מיט זײַן אייגענער נײַ־געשאַפֿענער מוזיק.
דער וועלט־באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע אַן אויסצוג פֿון אַלכּנסדר קריינס „טאַנץ־סוויטע“ און רעציטירט סאַנדלערס אַ ליד.
ואַחרון אַחרון הבֿיבֿ האָט באָריס סאַנדלער אַליין געשמועסט מיט מירי קאָראַל, דער דירעקטאָרין פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO