ווידעאָ: ייִדישע קאָמיקער שמועסן — און וויצלען זיך — וועגן די שטריכן פֿון ייִדישן הומאָרWATCH: Yiddish comedians chat – and joke – about the unique features of Yiddish humor
די פּאַנעליסטן האָבן באַשריבן זייער דרך צו ייִדישן הומאָר און דעבאַטירט צי די יוגנט וועט ממשיך זײַן די טראַדיציע.
פֿאָרווערטס־רעדאַקציע
שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס, האָט מאָנטיק, דעם 13טן יולי, אָנגעפֿירט מיט אַ זום־שמועס, אויף ענגליש, מיט פֿינף אָנגעזעענע ייִדישע קאָמיקער. די פּאַנעליסטן — חיים וואָלף, יעלענע שמואלענסאָן, אַלען לויִס ריקמאַן, שיין בייקער און מײַקל וועקס — האָבן דערציילט וויצן און פֿאָרגעשטעלט קורצע מאָנאָלאָגן וואָס שפּיגלען אָפּ דעם ייִדישן הומאָר. צווישן די הויפּטמאָמענטן:
חיים וואָלף האָט געזונגען דאָס ליד ”איך בין אַ ליטוואַק און זי איז אַ גאַליציאַנערין“ און גערעדט וועגן זײַנע ערשטע טריט אינעם ייִדישן טעאַטער אין נחום סטוטשקאָווס פּיעסע „בײַ טאַטע־מאַמעס טיש“.
מײַקל וועקס האָט דערציילט וועגן די קינדער־יאָרן אין אַ פֿרומער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה אין אַלבערטאַ, קאַנאַדע, און דערציילט וועגן דעם אויסדרוק „איך ליג אין ד׳רערד און באַק בייגל“, וואָס מע קען אויסטײַטשן ווי אַ ייִדישן נוסח פֿונעם מיטאָס וועגן סיסופֿיס.
אַנשטאָט אַ פֿאָרמעלער הקדמה צו זײַנע באַמערקונגען האָט שיין בייקער פֿאָרגעשטעלט אַן אַבסורדן מאָנאָלאָג וועגן זײַן לעבן און קאַריערע אינעם ייִדישן טעאַטער. אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס ער איז געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש, האָט ער דערציילט אַז אין 1974 האָט מען אין זײַן היימשטאָט קענסעס־סיטי ווידער אַרויסגעלאָזט אַ פֿילם פֿון די ברידער מאַרקס און ער האָט געפֿרעגט דעם טאַטן, וואָס עס מיינט אַ שנאָרער. האָט דער טאַטע געזאָגט אַז ס׳איז אַן אויסגעטראַכט וואָרט און דווקא דאָס האָט מאָטיווירט דאָס ייִנגל זיך צו דערוויסן מער וועגן ייִדיש.
אַלען לויִס ריקמאַן און יעלענאַ שמואלענסאָן האָבן אויפֿגעפֿירט אַ צוויישפּראַכיקן נוסח פֿון מיכל ראָזענבערגס מאָנאָלאָג, „געצל בײַם באַל־געים“, אין וועלכן אַ ייִדישער אימיגראַנט פֿאָרט אין „יאַנקי סטיידיום”, מיינענדיק, אַז דאָרט וועט זינגען אַ באַרימטער חזן מיטן נאָמען יאַנקל. דער פּלאָנטער אין פּשט ברענגט געצלען אין גאַנצן אַרויס פֿון די כּלים.
עטלעכע פֿון די פּאַנעליסטן האָבן געזאָגט אַז דער מאָנאָלאָג וועגן דעם בייסבאָל־מאַטש האָט אַן עכט ייִדישן טעם, ווײַל דער הומאָר באַשטייט אין דעם, וואָס דער ייִד פֿאַרשטייט ניט וואָס קומט פֿאָר אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט. אַלען לויִס ריקמאַן האָט דערקלערט, אַז דער ייִדישער הומאָר, וואָס פֿאַררופֿט זיך תּמיד אויף לאָגיק און רעטענישן, שטאַמט פֿונעם אופֿן, ווי אַזוי די אַשכּנזישע ייִדן האָבן במשך פֿון לאַנגע דורות געלערנט גמרא. אַזאַ מין קאָמעדיע, האַלטן ריקמאַן און וועקס, האָט געהאַט אַ טיפֿע השפּעה אויף דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער קאָמעדיע.
בײַם סוף האָבן די פּאַנעליסטן אַרומגערעדט די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קאָמעדיע, און צי די ייִנגערע דורות האָבן אפֿשר אַן אַנדער צוגאַנג צו קאָמעדיע. אַלען לויִס ריקמאַן האָט אויסגעדריקט זײַן פּעסימיזם וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן הומאָר ווײַל אַ סך יונגע לײַט פּרוּוון תּמיד צו זײַן פּאָליטיש קאָרעקט, „און דער ייִדישער הומאָר איז אָפֿט מאָל נישט פּאָליטיש קאָרעקט”. חיים וואָלף, פֿון דער צווייטער זײַט, איז אַ סך מער אָפּטימיסטיש, ווײַל ער זעט ווי יונגע מענטשן לערנען זיך ייִדיש און ווילן לייענען די אַלטע סקיצעס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO