Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ שיל וווּ מע דאַוונט מיטן פּנים צום אַרקטישן ראַיאָןA shul where the people pray facing the Arctic Circle

צוויי שילן אין דער זעלבער געגנט פֿון פּעטערבורג זײַנען אָריענטירט אין פֿאַרקערטע ריכטונגען.

דער גרויסער שיל־קאָמפּלעקס אין פּעטערבורג בלײַבט פֿאַרמאַכט צוליב דער מגפֿה פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס. סײַ דער קאַראַנטין־רעזשים, סײַ די מגפֿה גופֿא האָבן געבראַכט אַ גרויסן היזק דער אָרטיקער קהילה.

פֿון דעסט וועגן, האָט זיך מײַנעם אַ באַקאַנטן אײַנגעגעבן די וואָך אָפּצושטאַטן אַ קורצן טוריסטישן באַזוך אין דער גרויסער פּעטערבורגער היסטאָרישער כאָרשיל. עס האָט אים פֿאַרחידושט, אַז דער אָרון־קודש, ווי אויך די בענקלעך, זענען אָנגעווענדט נישט אין דער ריכטונג פֿון ירושלים, נאָר אויף צפֿון־מיזרח. באַקומט זיך, אַז די מתפּללים דאַוונען מיטן פּנים צום אַרקטישן ראַיאָן, אַנשטאָט ארץ־ישׂראל.

דער לערמאָנטאָוו־פּראָספּעקט — די גאַס, וווּ דער שיל־קאָמפּלעקס געפֿינט זיך — איז על־פּי צופֿאַל אָנגעווענדט דווקע כּמעט גענוי צו ירושלים: פֿון צפֿון אויף דרום, אַ ביסל אָפּגעקערעוועט צום מיזרח. פֿאַרוואָס האָבן די אַרכיטעקטן נישט גענומען אין באַטראַכט דעם דאָזיקן נוצלעכן פֿאַקט? מײַן באַקאַנטער האָט זיך משער געווען, אַז דאָס מוז האָבן צו טאָן מיט דער כּמו־רעפֿאָרמער משׂכּילישער געשיכטע פֿון דער שיל, וווּ מע פֿלעגט אַמאָל באַגלייטן די תּפֿילות מיטן שפּילן אויפֿן אָרגל און די בימה איז געשטאַנען פֿון פֿאָרנט, בײַם אָרון־קודש. ס׳איז נאָך אַלץ גרינג צו באַמערקן פֿאַרשיידענע סימנים פֿון דער שילס געוועזענעם אומאָרטאָדאָקסישן עבֿר. די ליובאַוויטשער, וואָס פֿירן הײַנט אָן מיט דער שיל, האָבן איר צוגעגעבן אַ מער אָרטאָדאָקסישע צורה, אָבער נישט געקאָנט בײַטן די פֿיזישע אָריענטאַציע פֿונעם בנין.

אין דער אמתן, האָט די אָריענטאַציע פֿון דער אַלטער שיל גאָרנישט צו טאָן מיט רעפֿאָרם־ייִדישקייט. דאָס עלטערע חסידישע שטיבל אינעם זעלבן קאָמפּלעקס, אויפֿגעשטעלט נאָך אין 1886, איז אָריענטירט אין דער זעלביקער ריכטונג. אַדרבה, דאָס איז אַ טיפּישער בײַשפּיל פֿונעם אַשכּנזישן מינהג, לויט וועלכן מע דאַרף אַלעמאָל דאַוונען אויף מיזרח — אויב אַפֿילו דאָס שטימט אינגאַנצן נישט מיט דער פֿיזישער אָריענטאַציע פֿונעם אָרט לגבי ירושלים. מער חידושדיק איז, צום בײַשפּיל, די מאָסקווער אַלטע כאָרשיל: אָנגעווענדט צום מערבֿ, נאָר אַ ביסל אָפּגעקערעוועט צום דרום – פּונקט פֿאַרקערט, אויף 180 גראַד, אין פֿאַרגלײַך מיט דער פּעטערבורגער כאָרשיל!

רבי יעקבֿ בן אָשר, באַקאַנט ווי דער בעל־הטורים, שרײַבט אין זײַן קלאַסישן הלכה־קאָדעקס „אַרבעה טורים‟, אַז מע דאַרף דאַוונען צום מיזרח; ער דערמאָנט אויך אַ באַקאַנטע דעה פֿון חז״ל, אַז די שכינה רוט אויפֿן מיזרח. דער בעל־הטורים איז געווען אַן אַשכּנזישער ייִד, אַפּנים געבוירן אין קעלן אַרום 1269; שפּעטער האָט ער געוווינט אין שפּאַניע. פֿון זײַן קוקווינקל, איז ירושלים געווען מער אָדער ווייניקער אויף דער מיזרחדיקער זײַט.

רבי יוסף קארו האָט געשאַפֿן דעם שולחן־ערוך אויפֿן סמך פֿון זײַן פּירוש „בית יוסף‟ אויף „אַרבעה טורים‟. דעם שולחן־ערוך האָט ער אָנגעשריבן אין צפֿת, דערפֿאַר שטעלט ער דעם טראָפּ אויפֿן דאַוונען מיטן פּנים צו ירושלים און דערמאָנט נישט, אַז ארץ־ישׂראל געפֿינט זיך אויף מיזרח. רבי משה איסרלישׂ, דער רמ״אָ, האָט אַרײַנגעשטעלט אינעם שולחן־ערוך זײַנע הוספֿות, וווּ ער איז מסביר די אַשכּנזישע מינהגים. ער באַשטעטיקט, אַז „מיר‟ — דהײַנו, מערבֿדיקע ייִדן — דאַוונען צום מיזרח. ער רעקאָמענדירט אָבער נישט צו בויען שילן גענוי צו דער מיזרחדיקער זײַט, כּדי נישט נאָכצומאַכן די קלויסטערס.

דער רמ״אָ האָט געוווינט אין קראָקע; פֿון זײַן קוקווינקל, האָט ארץ־ישׂראל זיך אויך אַסאָציִיִרט מיטן מיזרח. ווי באַקאַנט, איז בײַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן געווען פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו באַצירן די מיזרחדיקע זײַט פֿון שטיבער מיט אַ „מיזרח‟ — אַ ספּעציעל קונסטווערק, אויסגעהאָפֿטן אָדער אויסגעשניטן פֿון פּאַפּיר, געוויינטלעך באַפּוצט מיט מעדיטאַטיווע מיסטישע סימבאָלן און געטלעכע שמות, ווי אַ מין „ייִדישע מאַנדאַלע‟. אין דער סימבאָליק פֿון דער דאָזיקער גאָר אַנטוויקלטער פֿאָלקסקונסט שפּירט זיך זייער שטאַרק די אַסאָציאַציע פֿונעם מיזרח מיט דער הייליקער שכינה, גן־עדן און דעם הימלישן ירושלים־של־מעלה.

נישט אומזיסט האָט דער רמ״אָ געוואָרנט, אַז ס׳איז נישט כּדאַי נאָכצומאַכן די קריסטן; למעשׂה, האָט דאָס פֿאָלק, פּונקט ווי זייערע קריסטלעכע שכנים, געגלייבט, אַז די מיזרח־זײַט איז פֿאַרבונדן מיט קדושה, פֿאַרקוקנדיק די אמתע אָריענטאַציע פֿונעם גשמיותדיקן ירושלים. ווען די אַשכּנזישע קהילות האָבן זיך פֿאַרשפּרייט ווײַטער אויף מיזרח, איז דער זעלבער מינהג אָפֿט פֿאַרבליבן, כאָטש ארץ־ישׂראל האָט זיך שוין געפֿונען אויף דער פֿאַרקערטער זײַט פֿון דער וועלטמאַפּע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version