מאָנטיק, דעם 13טן יולי: זומינאַר מיט ייִדישע קאָמיקער Monday July 13th: Zoominar with Yiddish comedians
אַ שמועס מיט שיין בייקער, מײַקל וועקס, אַלען לויִס ריקמאַן, יעלענע שמואלענסאָן און חיים וואָלף, וווּ מע וועט אויך הערן בײַשפּילן פֿון ייִדישן הומאָר.
שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס, וועט פֿירן אַ זום־שמועס, אויף ענגליש, מיט פֿינף אָנגעזעענע ייִדישע קאָמיקער און עקספּערטן פֿונעם ייִדישן הומאָר. מע וועט אויך הערן עטלעכע לידער, ליטעראַרישע אויסצוגן און קורצע מאָנאָלאָגן וואָס שפּיגלען אָפּ דעם עכטן ייִדישן הומאָר. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, גיט אַ קוועטש דאָ.
עס וועלן אָנטייל נעמען:
שיין בייקער — דער ייִדישער אַקטיאָר, איבערזעצער, דראַמאַטורג און כּלל־טוער, וואָס אַחוץ זײַן אַרבעט ווי דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“ טרעט ער אויף דער ייִדישער בינע אין פֿאַרשידענע ראָלעס. ער איז דער ייִדישער איבערזעצער פֿון סעמיועל בעקעטס „וואַרטן אויף גאָדאָ“ און האָט געשפּילט די ראָלע פֿון וולאַדימיר אין דער דאָזיקער פּיעסע. ער האָט אויך צוזאַמענגעשטעלט אַ קליינקונסט־ספּעקטאַקל וועגן דעם ייִדישן טעאַטער ”די גרויסע באָבקעס“ און איז געווען דער שטערן פֿון דער פֿאָרווערטס ווידעאָ־סעריע „שיין־שאָו„.
מײַקל וועקס — דער שרײַבער, דראַמאַטורג, איבערזעצער און מומחה פֿונעם ייִדישן הומאָר און פֿאָלקלאָר, באַקאַנט סײַ פֿאַר זײַנע דרײַ ביכער וועגן ייִדיש (איבערהויפּט: Born to Kvetch ), סײַ פֿאַר זײַנע הומאָריסטישע אויפֿטריטן ווי אַ סטענדאָפּ־קאָמיקער.
אַלען לויִס ריקמאַן — דער אַקטיאָר, דראַמאַטורג און איבערזעצער, וואָס אַחוץ זײַנע ראָלעס אויף דער ייִדישער בינע איז אויך באַקאַנט דעם ברייטן עולם צוליב זײַנע ראָלעס אויף דער טעלעוויזיע אין דער HBO־סעריע Boardwalk Empire (די אימפּעריע פֿונעם ים־פּראָמענאַד) און אין דער אַמאַזאָן־סעריע The Marvelous Mrs. Maisel (די וווּנדערלעכע מיסעס מײַזלס).
יעלענע שמואלענסאָן — די אַקטריסע און זינגערין, באַקאַנט אויף ייִדיש פֿאַר אירע ראָלעס אין „טבֿיה די עכטע שׂחורה“ וואָס זי האָט געשאַפֿן צוזאַמען מיט איר מאַן אַלען לויִס ריקמאַן, און איר ראָלע צוזאַמען מיט אים אינעם פֿילם פֿון די ברידער כּהן „אַן ערנסטער מענטש“. זי האָט אויך געשפּילט אַ ייִדיש־רעדנדיקע ראָלע אויף דער טעלעוויזיע ווי די פֿרוי פֿון אַ ייִדישן באַנדיט אין דער סעריע Boardwalk Empire. אויף ענגליש איז זי מערסטנס באַקאַנט צוליב איר ראָלע ווי די ייִדישע אַרעסטאַנטקע רעאַ בויל אין דער נעטפֿליקס־סעריע Orange is the New Black (אָראַנזש איז דער נײַער שוואַרץ).
חיים וואָלף — דער אַקטיאָר, זינגער, און כּלל־טוער, דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן אַקטיאָרן פֿאַראיין“ און דער דירעקטאָר פֿון „ציקאָ“. וואָלף איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע אומצאָליקע ראָלעס אויף דער ייִדישער בינע, ווי אויך פֿאַרן שפּילן צוזאַמען מיט שיפֿרה לערער אינעם ייִדיש־שפּראַכיקן קאָך־ווידעאָ „ניטאָ קיין שמאַלץ“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO