גרויסער אַרכיוו פֿון מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער איצט צוטריטלעך אָנלײַןLarge archive of Moscow State Yiddish Theater now online
צווישן די חפֿצים — זעלטענע בילדער, סצענאַרן און אַ זשורנאַל וואָס די טרופּע האָט אַרויסגעגעבן וועגן אירע טעטיקייטן.
דער „בלאַוואַטניק־אַרכיוו“ האָט לעצטנס געשטעלט אויף דער אינטערנעץ הונדערטער בילדער פֿון חפֿצים פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעטאַער („גאָסעט“). די אַרטיפֿאַקטן, וואָס נעמען אַרײַן הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס, סצענאַרן, בראָשורן, צייכענונגען און אַפֿישן, ווי אויך ביכער און אַנדערע דאָקומענטן, האָבן לכתּחילה געהערט צו די חתונה־געהאַטע אַקטיאָרן לוסטינאַ מינקאָוואַ (1895־1979) און שלמה־זלמן זילבערבלאַט (1897־1977). דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געשפּילט צוזאַמען אין דער טרופּע פֿון 1919 ביז די סוף 1930ער יאָרן, און ס׳רובֿ חפֿצים שטאַמען פֿון יענער תּקופֿה. זילבערמאַן האָט אויך געדינט אַ געוויסע צײַט ווי דער סעקרעטאַר פֿון דער טרופּע און אונטערגעחתמעט אין אָט דער ראָלע אַ סך פֿון די דאָקומענטן אינעם אַרכיוו.
צווישן די זעלטענע חפֿצים געפֿינט מען אַ בילד פֿון דער טרופּע אויף אַ באַזוך בײַ מאַרק שאַגאַלן אין פּאַריז און דאָקומענטן וואָס אַנטפּלעקן ווי אַזוי די סאָוועטישע מלוכה האָט סײַ אונטערגעשטיצט אירע טעטיקייטן, סײַ זיי צענזורירט. מע געפֿינט אויך נומערן פֿונעם טעאַטערס זשורנאַל „דער בעזעם“, אַ זאַמלונג עסייען וועגן „גאָסעטס“ אינסצענירונג פֿון „טבֿיה דער מילכיקער“(https://www.blavatnikarchive.org/item/14531) און אַ צעטל וואָס האָט געהערט צו שלמה מיכאָעלס, וואָס ווײַזט זײַנע שׂכירות. די קונסט־ און טעאַטער־היסטאָריקער וועט מסתּמא זײַן ספּעציעל אינטערעסאַנט די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די דעקאָראַציעס וואָס באַרימטע קינסטלער האָבן געמאַכט פֿאַר די פּראָדוקציעס. מע קען זען, למשל, די דעקאָראַציעס וואָס מאיר אַקסעלראָד האָט געשאַפֿן פֿאַר דוד בערגעלסאָנס פּיעסע „מידת־הדין“. אַחוץ דער „גאָסעט“־זאַמלונג אַנטהאַלט דער „בלאַוואַטניק־אַרכיוו“ מער ווי הונדערט טויזנט חפֿצים וואָס שפּיגלען אָפּ די געשיכטע פֿון די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער אַרכיוו, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורכן אוקראַיִנער־אַמעריקאַנער ביליאָנער לעאָנאַרד בלאַוואַטניק אין 2005, נעמט אַרײַן, צווישן אַנדערע אָביעקטן, צענדליקער טויזנטער פּאָסטקאַרטלעך וואָס שילדערן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן; 1,200 ווידעאָ־אינטערוויוען מיט ייִדן וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער רוסישער אַרמיי, און 1,300 פּאָסטקאַרטלעך געשאַפֿן בשעת דער באַלאַגערונג פֿון לענינגראַד.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO