Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נישט יעדן העלד איז כּדאַי נאָכצומאַכןNot every hero is a role model

נאָר אַ סנהדרין, אַ בית־דין מיט דער גרעסטער קאָמפּעטענץ און אַחריות, מעג מישפּטן עמעצן צום טויט

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי בלעם און בלק האָבן געבראַכט ייִדן אַ היזק אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן. זיי האָבן אַרײַנגעשיקט אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען אינעם מידבר, זיי זאָלן זינדיקן מיט ייִדן און אײַנרעדן זיי צו דינען עבֿודה־זרה; דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ מאַסן־מגפֿה.

פּינחס, אַהרן הכּהנס אַן אייניקל, האָט דערזען, אַז איינער אַ פּראָמינענטער ייִד, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, האָט זיך פֿאַרנומען מיט אינטימע באַציִונגען בפֿרהסיא מיט איינער אַ פֿרעמדער פֿרוי; פּנחס האָט אַרויסגעכאַפּט אַ שווערד און דערהרגעט ביידע בעל־עבֿירות אויפֿן אָרט. ייִדן האָבן אויפֿגעהערט זינדיקן און די מגפֿה האָט זיך אָפּגעשטעלט.

פֿאַר זײַן קנאָות האָט פּנחס פֿאַרדינט צו ווערן אַ כּהן – פֿריִער איז ער געווען אַ געוויינטלעכער לוי. די הײַנטיקע סדרה טראָגט זײַן נאָמען, און די חז”ל באַטאָנען, אַז „פּנחס איז אליהו‟. דאָס קאָן מען אָפּטײַטשן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אָבער אליהו הנבֿיא פֿאַרנעמט אַ באַזונדערס וויכטיק אָרט אין דער ייִדישער טראַדיציע, ווי אַ מיסטישער באַשיצער און העלפֿער. אַנשטאָט צו שטאַרבן, איז אליהו לעבעדיקערהייט אַרויף אין הימל און געוואָרן אַ מלאך. באַקומט זיך, אַז פּנחס מוז זײַן אַ העלד פֿונעם זעלבן קאַליבער.

אין דער ספּעציפֿישער סיטואַציע, באַשריבן אין דער תּורה, קאָן מען פּנחסן גוט פֿאַרשטיין. קודם־כּל, זענען די פֿרעמדע פֿרויען געקומען נישט סתּם צו זינדיקן, נאָר צו פֿאַרשפּרייטן זייער עבֿודה־זרה און אומישנע ברענגען צרות צו ייִדן. דערצו, נישט געקוקט אויף דער מגפֿה, האָט זמרי – אַ חשובֿער ייִד אַ תּלמיד־חכם, וועלכער האָט רעפּרעזענטירט זײַן גאַנצן שבֿט – אָפּגעטאָן אַזאַ אויסטערלישע מעשׂה פֿאַר אַלעמען אין די אויגן.

בדרך־כּלל זעט דער תּנ”ך נישט אויס ווי אַ פּאַציפֿיסטישער ספֿר. פֿאַר אַ גאַנצער ריי עבֿירות קומט אין טעאָריע טויטשטראָף. נאָר אַ סנהדרין, אַ בית־דין מיט דער גרעסטער קאָמפּעטענץ און אַחריות, מעג אָבער מישפּטן עמעצן צום טויט; דערפֿאַר זענען אַלע טויטשטראָפֿן בײַ אונדז שוין לאַנג בטל געוואָרן.

אַדרבה, רבנים ווי הרבֿ אַהרן־שמואל תּמרת און הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן — צוויי פּאָליטיש ראַדיקאַלע, לינקע און פּאַציפֿיסטישע רבנים פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט —דערווײַזן מיט פֿאַרשיידענע ראַיות, אַז דער גוואַלד־עלעמענט אינעם תּנ”ך איז דווקא אַ יוצא־מן־הכּלל, וואָס אַנטפּלעקט דעם אַלגעמיינעם כּלל, אַז וועלכע־ניט־איז גוואַלד־מיטלען, אַחוץ די סאַמע נייטיקסטע פֿאַלן, טויגן נישט און מוזן אויסגעמיטן ווערן.

פֿון דעסט וועגן, ווערט דער פּרינציפּ פֿון „קנאָים פּוגעים בו‟ – אַז אין אַן ענלעכער סיטואַציע מעג מען אָן קיין בית־דין דערהרגענען ביידע באַטייליקטע אין דער עבֿירה – דערמאָנט ווי אַ פּראַקטישע הלכה. עס ווערט אָבער באַגלייט מיט אַ מין „דיסקליימער‟: אינעם שולחן־ערוך שטייט געשריבן, אַז הגם אַזאַ הלכה איז טאַקע פֿאַראַן, לערנט מען נישט אַזוי זיך צו פֿירן. ס׳איז וויכטיק צוצוגעבן, אַז על־פּי הלכה ווערן באַציִונגען מיט ניט־ייִדישע פֿרויען פֿאַרבאָטן מדאורייתא נאָר ווען זיי זענען עכטע עובֿדי־עבֿודה־זרה. לויט אַ גאַנצער ריי הלכה־דעות איז דער דירעקטער תּורה־איסור אַפֿילו חתונה צו האָבן מיט אַ ניט־ייִדישער פֿרוי חל נאָר אויף די אַמאָליקע כּנענים.

די מעשׂה מיט פּנחסן מוז מען באַטראַכטן אינעם ספּעציפֿישן היסטאָרישן און ליטעראַרישן קאָנטעקסט, ווײַט פֿונעם הײַנטצײַטיקן לעבן. זי טאָר נישט דינען, חלילה, ווי אַ קוואַל פֿון שׂינאה־העצע, שוין אָפּגערעדט פֿון גוואַלד־טאַטן. זאָל פּנחס טאַקע זײַן אַ מיסטעריעזע, פּאַראַדאָקסאַלע פֿיגור, ווי אליהו הנבֿיא, נישט אַ מוסטער נאָכצומאַכן.

וואָס מען זאָל נישט טראַכטן פֿון געמישטע חתונות, זענען זיי אַ געוויינטלעכער טאָג־טעגלעכער פֿאַקט פֿון אונדזער הײַנטיק לעבן. אַדרבה, דער באַקאַנטער שווייצאַרישער פּוסק יחיאל־יעקבֿ ווײַנבערג האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַזוכן אַ געמישטע חתונה צוליב דרך־ארץ, צו פֿאַרמײַדן אַ מעגלעכן קאָנפֿליקט.

נישט איין מאָל, צום באַדויערן, האָב איך געהערט פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרשוינען, אַז עס וואָלט געווען גוט צו לייזן די פּראָבלעם פֿון געמישטע חתונות אַזוי ווי פּנחס – מיט גוואַלד־מיטלען. אין ארץ־ישׂראל איז פֿאַראַן אַן עקסטרעם־רעכטע אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען להבֿ”ה, וואָס אירע פֿאָרשטייער פּריידיקן אַזעלכע דעות אָפֿענערהייט אויף דער אינטערנעץ.

וואָס פּועלט אַזאַ עקסטרעמיזם? אויב אַ געמישט פּאָרפֿאָלק נעמט אַזעלכע קנאָות־רופֿן צום האַרצן, קומען זיי צום אויספֿיר, אַז פּנחס איז, חלילה, געווען אַ טעראָריסט און אַז ייִדישקייט איז פּונקט אַזוי אומטאָלעראַנט, ווי דער מיליטאַנטישער איסלאַמיזם…

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.