בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ לאַנצירט אינטערנאַציאָנאַלע אָנלײַן ייִדיש־פּראָגראַם Buenos Aires YIVO launches online international Yiddish program
די קורסן נעמען אַרײַן אָנהייבער־קלאַסן און אַוואַנסירטע סעמינאַרן וועגן דער ייִדישער פּאָעזיע און ווילנע אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
אַז עס גייט די רייד וועגן דער „ייִוואָ־פּראָגראַם“, פֿאַרשטייט מען געוויינטלעך, אַז מע רעדט וועגן דער זומער־פּראָגראַם בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ. הײַיאָר איז אָבער דער מצבֿ אַנדערש: סוף־יולי אָנהייב־אויגוסט וועלן אין דער זעלביקער צײַט פֿאָרקומען צוויי ייִדיש־פּראָגראַמען אָנלײַן, איינע אָנגעפֿירט פֿונעם ניו־יאָרקער ייִוואָ — און די צווייטע אײַנגעאָרדנט דורך דער בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ. די בוענאָס־אײַרעסער קורסן, וואָס וועלן, ווי די ניו־יארקער קורסן, טראַנסמיטירט ווערן אָנלײַן, וועלן פֿאָרקומען פֿון מאָנטיק, דעם 27סטן יולי ביז פֿרײַטיק, דעם 14סטן אויגוסט.
אין דער בוענאָס־אײַרעסער פּראָגראַם, וואָס ווערט אָנגעפֿירט אונטער דער אויפֿזיכט פֿונעם „נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט פֿונעם דריטן פֿעברואַר“ („אונטרעף“), וועלן די סטודענטן קענען זיך לערנען ייִדיש אויף דרײַ ניוואָען, ווי אויך אָנטיילנעמען אין אַוואַנסירטע סעמינאַרן. די אָרגאַניזירער האָפֿן דערבײַ ניט בלויז צו געבן די סטודענטן אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן זייער קענטעניש פֿון דער שפּראַך, נאָר אויך זיך צו באַקענען מיט די ביבליאָטעקן, אַרכיוון און אַנדערע רעסורסן אין אַרגענטינע פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור־ירושה.
לוקאַס פֿישמאַן און סערהיאָ לערער וועלן לערנען דעם אָנהייבער־קלאַס, אסתּר שוואַרץ, די אַקאַדעמישע דירעקטאָרין פֿונעם ייִוואָ, און נחמה באַראַד אַ מיטאַרבעטערין, וועלן לערנען אַ קלאַס פֿאַר מיטנדיקע סטודענטן און די וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים. דער אַוואַנסירטער ניוואָ פֿונעם קורס וועט באַשטיין פֿון אַ סעמינאַר, געלערנט פֿון ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטנבאַום, דעם דירעקטאָר פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ. אינעם סעמינאַר, „אויף דער פּראָווינץ און אין דער שטאָט אין דער ייִדישער ליטעראַטור“, וועט מען לייענען ייִדישע דערציילונגען פֿון אַרגענטינע וואָס שילדערן דאָס לעבן פֿון די ייִדישע „גאַוטשאָס“ אויף דער פּראָווינץ, און די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין די גרויסע שטעט.
אַחוץ די דרײַ הויפּטקלאַסן קען מען זיך אויך פֿאַרשרײַבן אויף די פֿאָלגנדיקע צוגאָבקורסן:
„חורבן־ליטעראַטור: ייִדיש און די ליטעראַטור פֿון אומקום“ — פּערלאַ שניי (פּראָפֿעסאָרשע בײַם „אונטרעף“) וועט לערנען אַ קורס וועגן דער חורבן־ליטעראַטור אויף ייִדיש און איר וויכטיקייט ווי אַן איגנאָרירטער מקור פֿאַר די וואָס פֿאָרשן דעם גענאָציד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
„דער ייִדישער קינאָ: געשיכטע, אימאַזשן און חלומות“ — ליאור זילבערמאַן (פּראָפֿעסאָר בײַם „אונטרעף“) וועט איבערגעבן די הויפּטשטריכטן פֿונעם ייִדישן קינאָ וואָס באַווײַזן זיך אין די ייִדישע פֿילמען געשאַפֿן אין אַמעריקע און אייראָפּע.
„ייִדיש צווישן די שורות“ — סילוויאַ האַנסמאַן (אַרכיוויסטקע בײַם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ) וועט לערנען אַ קלאַס געווידמעט זעלטענע ייִדישע כּתבֿ־ידן אין אַרגענטינע: היסטאָרישע דאָקומענטן, טעאַטער־אַפֿישן, רעקלאַמעס, טאָגביכער און פּאָסטקאַרטלעך, און מע וועט אַרומרעדן די אונטערשיידן אין אויסלייג און די השפּעה פֿון שפּאַניש אויפֿן אַמאָליקן אַרגענטינער ייִדיש, מיטן ציל צו העלפֿן די סטודענטן בעסער צו קענען איבערזעצן די דאָזיקע טעקסטן.
די קלאַסן קומען פֿאָר פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 1 אַ זייגער נאָכמיטאָג בוענאָס־אײַרעסער צײַט (11 ביז 2 ניו־יאָרקער צײַט). דער שׂכר־לימוד איז 400$ פֿאַר סטודענטן מחוץ אַרגענטינע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO