די ערשטע פּאָעטישע איבערזעצונג פֿון יחזקאל דעם טראַגיקערס ווערקThe first poetic translation of Ezekiel the Tragedian’s work
די רוסישע איבערזעצונג פֿונעם גריכיש־ייִדישן פּאָעטס ווערק וועגן ספֿר שמות האַלט אויף דעם ריטעם און סטיל פֿונעם אָריגינאַל.
אינעם לעצטן נומער פֿונעם יערלעכן רוסישן וויסנשאַפֿטלעכן אַלמאַנאַך „רעליגיע. קירך. געזעלשאַפֿט‟ איז דערשינען גאָר אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון זאָיאַ באַרזאַך, פֿון וועלכן איך האָב געהאַט גרויס הנאָה. דער אַרטיקל האָט מיר געעפֿנט די אויגן אויף ווייניק באַקאַנטע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער אַמאָליקער גריכיש־מיצרישער שטאָט אַלעקסאַנדריע.
באַרזאַכס ווערק, באַגלייט מיט אַ באַלערנדיקער הקדמה און אַ רשימה מקורים, שטעלט מיט זיך פֿאָר די ערשטע פּאָעטישע איבערזעצונגען פֿון יחזקאל דעם טראַגיקער אויף וועלכער־ניט־איז שפּראַך.
הגם ס׳איז שוין פֿאַראַן אַ גרויסע ענגלישע מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם דאָזיקן פּאָעט פֿון האָוואַרד דזשייקאָבסאָן, וווּ עס ווערט גאָר פּרטימדיק אַנאַליזירט דער אָריגינעלער גריכישער טעקסט, זעצט דזשייקאָבסאָן איבער דער אָריגינאַל פּשוט וואָרט נאָך וואָרט. דערצו, איז זײַן מאָנאָגראַפֿיע געווידמעט די לייענער, וואָס זענען שוין באַקאַנט מיט גריכיש און דער גריכישער ליטעראַטור.
אַ געבוירענע אין לענינגראַד, איז זאָיאַ באַרזאַך אַן אַספּיראַנטקע פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט אין רמת־גן. זי ספּעציאַליזירט זיך אין אַזוי־גערופֿענע קלאַסישע שפּראַכן — לאַטײַניש און גריכיש. במשך פֿון אַ סך יאָרן אַרבעט זי אויך ווי אַ לערערין פֿון אָט־די אַלטע אייראָפּעיִשע לשונות. דעם הײַנטצײַטיקן גריכיש קען זי אויך זייער גוט און האָט ליב צו פֿאַרברענגען אין גריכנלאַנד.
איר הויפּטגעביט פֿון פֿאָרשונג זענען די אַלט־גריכישע טראַגעדיעס. זי שרײַבט לידער אויף רוסיש און ווייסט אַ טאָלק וועגן פּאָעזיע. ווי אַ רעזולטאַט, האָט זיך בײַ איר באַקומען אַ באַטעמטע רוסישע איבערזעצונג פֿון יחזקאל דעם טראַגיקערס פּאָעזיע, וואָס פֿאָלגט זײַן ריטעם און סטיל, אָפּהיטנדיק דערבײַ דעם גענויעם באַטײַט פֿונעם אָריגינאַל.
אַ דאַנק באַרזאַכס איבערזעצונג, וועט דער ברייטער רוסישער עולם קענען אָפּשאַצן דעם אוראַלטן דראַמאַטורג נישט בלויז ווי אַ ביבל־איבערדערציילער, נאָר ווי אַן עכטן פּאָעט — אַ מין ייִדישן האָמער.
די טראַגעדיע אין פֿינף אַקטן דערציילט אויף אַ דראַמאַטיש־פּאָעטישן אופֿן די געשעענישן פֿון ספֿר שמות אין חומש. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין יענער צײַט האָט דער מחבר שוין געקענט אַ ריי לעגענדעס, וועלכע האָבן זיך מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער באַוויזן אין דבֿרי־חז״ל. למשל, ער דערציילט, אַז פּרעהס טאָכטער אַליין — און נישט אירע דינסטמיידלעך, ווי עס קלינגט דער פּשוטער פּשט פֿון די פּסוקים — האָט געראַטעוועט משהן פֿונעם טײַך. איין פֿראַגמענט, וועגן משה רבינוס הימלישן פֿלי צום כּסא־הכּבֿוד, האָט אַפֿילו אַ כּמו־קבלהדיקן טעם.
יחזקאל האָט געוווינט אין אַלעקסאַנדריאַ בערך 2,200 יאָר צוריק. ס׳איז קלאָר, אַז ער האָט געהאַט אַ גוטע ייִדישע בילדונג, הגם דעם תּנ”ך האָט ער, מסתּמא, געקענט אויף גריכיש, נישט אויף לשון־קודש. ס׳איז אויך קלאָר, אַז ער איז געווען אַ באַגאַבטער פּאָעט און דראַמאַטורג, וועלכן האָט זיך אײַנגעגעבן צו מאַכן דאָס ווערק פֿאַרכאַפּנדיק סײַ פֿאַרן ייִדישן, סײַ פֿאַרן גריכישן עולם.
דווקא צוליב באַרזאַכס פֿאָרשווערק האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דעם דאָזיקן גאָר אינטערעסאַנטן אוראַלטן ייִדיש־גריכישן פּאָעט און בכלל וועגן דער ייִדישער דראַמאַטורגיע פֿון יענער תּקופֿה. איך אינטערעסיר זיך שוין לאַנג מיטן אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין אַלעקסאַנדריע און געוווּסט, אַז דאָרטן האָבן געוווינט אַזעלכע פּראָמינענטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן ווי פֿילון (באַקאַנט בײַ ייִדן ווי ידידיה), און עס האָבן דאָרט געאַרבעט ייִדישע דאָקטוירים און וויסנשאַפֿטלער. אין אַן אַנדער פּראָמינענטער גריכיש־מיצרישער שטאָט, העליאָפּאָליס, אויך באַקאַנט ווי לעאָנטאָפּאָליס, האָט אַפֿילו פֿונקציאָנירט אַן אַלטערנאַטיווער בית־המיקדש.
כ׳האָב אָבער נישט געוווּסט, אַז אין אַלעקסאַנדריע האָבן ייִדישע דראַמאַטורגן געשריבן און געשטעלט אייגענע פּיעסעס אויף תּנ״כישע טעמעס. דער איינציקער טיילווײַז אָפּגעהיטער מוסטער פֿון אַזעלכע ווערק איז אָט־דאָס ווערק פֿון יחזקאל דעם טראַגיקער. דעם גרעסטן טייל פֿונעם טעקטס האָט, צום גליק, איבערגעשריבן דער באַקאַנטער קריסטלעכער היסטאָריקער עווסעוויאָס (Eusebius), וועלכער האָט געלעבט אינעם פֿערטן יאָרהונדערט און געדינט ווי דער בישוף אין קיסריה, ארץ־ישׂראל. נאָך פֿריִער, אינעם צווייטן יאָרהונדערט, דערמאָנט און ציטירט דעם פּאָעט אַן אַנדער באַקאַנטער קריסטלעכער היסטאָריקער, קלעמענט פֿון אַלעקסאַנדריע.
בסך־הכּל, זענען פֿון יחזקאלס ווערק פֿאַרבליבן 269 שורות — 20־25 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער טראַגעדיע. מסתּמא, האָט עוועסעוויאָס קאָפּירט בלויז די פֿראַגמענטן, וואָס האָבן פֿאַר אים געקלונגען צום מערסטן רעלעוואַנט אָדער אינטערעסאַנט. זיי זענען אָבער גענוג לאַנג און דערמעגלעכן אונדז אָפּצושאַצן דאָס גאַנצע ווערק פֿונעם היסטאָרישן, קולטורעלן און טעאָלאָגישן קוקווינקל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO