ייִדיש־שפּראַכיקער וואַרשטאַט פֿון שעפֿעריש שרײַבן מיט עטל ניבאָרסקי Yiddish creative writing workshop with Ethel Niborski
אָנטיילנעמער וועלן אַנטוויקלען זייער אייגענע ליטעראַרישע שטים אויף מאַמע־לשון.
בײַ אַוואַנסירטע סטודענטן איז דאָס אָנשרײַבן לידער צי דערציילונגען אַ גוטער אופֿן צו פֿאַרבעסערן זייער קענטעניש פֿון אַ שפּראַך. כּדי געהעריק אָנצושרײַבן אַ דערציילונג, אָבער, דאַרף מען קודם גוט באַהערשן די שפּראַך פֿון פֿריִער. מיט ייִדיש איז זעלטן, אַז אַ זומער־פּראָגראַם קען צונויפֿזאַמלען אין איין יאָר גענוג אַוואַנסירטע סטודענטן, וואָס האָבן אויך אַ טאַלאַנט צו שרײַבן, כּדי דורכצופֿירן אַ שרײַבוואַרשטאַט. דערצו, איז די צאָל געניטע ייִדישע שרײַבער וואָס זענען בעלנים אויף צו לערנען די מלאָכה אַ גאָר קליינע.
צוליב דעם וואָס די קלאַסן און וואַרשטאַטן פֿון די זומער־פּראָגראַמען טרעפֿן זיך הײַיאָר דורך „זום“, און די זומער־פּראָגראַמען דערלויבן דעם ברייטן עולם זיך צו פֿאַרשרײַבן אַפֿילו אויף בלויז איין וואַרשטאַט אַנשטאָט דער גאַנצער זומער־פּראָגראַם,, האָט מען אַ זעלטענע געלעגנהייט דורכצופֿירן אַזאַ שרײַבוואַרשטאַט. דעם זומער וועט די וואַרשעווער ייִדישע זומער־פּראָגראַם אַרײַננעמען אַזאַ וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿון דער יונגער שרײַבערין, עטל ניבאָרסקי. אינעם וואַרשטאַט, וואָס וועט זיך טרעפֿן בסך־הכּל דרײַ מאָל אויף אַנדערהאַלבן שעה, וועלן די אָנטיילנעמער שרײַבן קורצע דערציילונגען און לידער און אַנטוויקלען זייערע שאַפֿונגען צוזאַמען מיט די אַנדערע סטודענטן. לויט ניבאָרסקיס באַשרײַבונג, וועט מען „עקספּערימענטירן מיט פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע אויסדרוק־אופֿנים און פֿירן וואַכע שמועסן וועגן אונדזער שאַפֿונג“ און „קאָרמען גײַסטיק און אינספּירירן איינע די אַנדערע, פֿאַרבעסערנדיק און אַנטוויקלענדיק אונדזער ליטעראַרישע שטים אויף ייִדיש“.
כאָטש זי איז בלויז 18 יאָר אַלט, איז עטל ניבאָרסקי ניט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זי האָט צום ערשטן מאָל געדרוקט אינעם פֿאָרווערטס צו 8 יאָר און מיט פֿיר יאָר שפּעטער האָט זי געוווּנען אַ שרײַבער־קאָנקורס פֿון יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש. אין די לעצטע יאָרן איז זי פּרעמירט געוואָרן אין צוויי גאָר באַזונדערע שרײַבער־קאָנקורסן — איינער פֿונעם חסידישן זשורנאַל „דער וועקער“ און אַ צווייטער (אויפֿן ערשטן אָרט) פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור“. זי האָט שוין אַרויסגעגעבן צוויי נאָוועלעס אויף ייִדיש און האָט שטודירט בעלעטריסטיק מיט באַקאַנטע ישׂראלדיקע שרײַבער. פֿאַראַיאָרן האָט זי אָנגעפֿירט מיט אַ שרײַבוואַרשטאַט פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע בעלעטריסטיק אויפֿן „ייִדישן מאַראַטאָן“ אין גריכנלאַנד.
דער וואַרשטאַט וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 30סטן יוני, 1:00 אַ זייגער וואַרשעווער צײַט (7:00 אַ זייגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט), ווי אויך דינסטיק, דעם 7טן יולי און דינסטיק, דעם 14טן יולי, אין דער זעלביקער צײַט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
דער פּרײַז איז $45.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO