נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר ייִדיש אָנלײַןNew possibilities for Yiddish online
דער הײַנטיקער זומער איז אַן אוניקאַלע געלעגנהײט צו שאַפֿן אַן אַלװעלטלעכע װירטועלע סבֿיבֿה פֿאַר אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש.
היסטאָריש זײַנען נײַע טעכנאָלאָגישע המצאָות כּסדר געװען ניצלעך פֿאַר דער ייִדישער קולטור. די ייִדישע ליטעראַטור איז אַנטשטאַנען װי אַ פּועל־יוצא פֿונעם נײַעם טעכנאָלאָגישן אױסגעפֿינס, דעם ביכערדרוק. ביכער זײַנען געװאָרן ביליקער אין מער צוטריטלעך פֿאַרן ברײטערן עולם, קודם־כּל פֿאַר פֿרױען. און דאָס האָט גורם געװען דעם צוּװוּקס פֿון ביכער־פּראָדוקציע פֿאַרן פּראָסטן פֿאָלק. נאָך אײן המצאה, די צײַטונג, האָט אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט פֿאַרבונדן פֿאַרשידנע װינקלען פֿונעם אַלװעלטלעכן ייִדישן גלות פֿון דרום־אַמעריקע ביז מיזרח־אײראָפּע. די „פֿאָרװערטס‟־אַסאָציאַציע האָט ניט נאָר געדרוקט די צײַטונג־אױסגאַבעס אין פֿאַרשידענע שטעט, אָבער האָט אױך געהאַט אַן אײגענע ייִדישע ראַדיאָ־סטאַנציע.
ייִדיש האָט שטאַרק גענאָסן אױך פֿון דער דיגיטאַלישער רעװאָלוציע. די ייִדישע ביכער־צענטראַלע איז געװען די ערשטע אינסטיטוציע, װאָס האָט זיך סיסטעמאַטיש אונטערגענומען צו דיגיטאַליזירן ביכער, און שפּעטער צוגעגעבן דערצו אַ װערטפֿולע אַודיאָ־קאָלעקציע. איצט זײַנען דאָ אױך אַנדערע דיגיטאַלישע רעסורסן, אַזעלכע װי אינדעקסן און ייִדישע פּרעסע־אַרכיװן. די דאָזיקע אוצרות לאָזן פֿאָרשן די ייִדישע קולטור, זיצנדיק בײַ זיך אין דער הײם, אַבי מען האָט צוטריט צו דער אינטערנעץ.
די דאָזיקע שפֿע פֿון דיגיטאַלישע רעסורסן קומט ספּעציעל צו נוץ בעת דער הײַנטיקער פּאַנדעמיע. אָבער דער קאָראָנאַ־ווירוס האָט אױך געשאַפֿן נײַע מעגלעכקײטן, װאָס מען הײבט ערשט אָן צו דערטאַפּן: קאָנצערטן, רעפֿעראַטן, סעמינאַרן, לערנקורסן, קאָן מען „באַזוכן‟ דורך „זום‟. אַ גרױסער און װיכטיקער עקספּערימענט קומט פֿאָר דעם זומער, װען מען װעט דורכפֿירן גאַנצע זומער־פּראָגראַמען אין דעם װירטועלן רױם. אַװדאי װעט ניט אַלץ גײן גלאַטיק, אָבער דאָס איז אַ גוטע געלעגנהײט אױסצופּרוּװן נײַע טעכנאָלאָגישע כּלים. ייִדיש איז בטבֿע אַ גלות־שפּראַך, און אינטערנעץ איז בטבֿע אַ גלות־טעכנאָלאָגיע, איז אַ שידוך צװישן די בײדע באַשערט מין־השמים.
אַזױ װי די ייִדישע קולטור פֿון דער תּקופֿה פֿונעם געדרוקטן װאָרט האָט געהאַט פֿאַרשידענע פֿאָרעמס, זשאַנערס און סטילן, פּונקט אַזױ האָט די נײַע אױפֿקומעדיקע ייִדישע אינטערנעץ־קולטור אױך פֿאַרשידענע דיגיטאַלישע פּנימער. זי װערט געבױט אױפֿן יסוד פֿון דיגיטאַלישע אַרכיװן פֿון ביכער, צײַטונגען, אַודיאָ־ און װידעאָ-רעקאָרדירונגען. זײער פֿאָרמאַט איז בטבֿע טראַדיציאָנעל. מער נאָװאַטאָריש זײַנען די נײַע שעפֿערישע און פֿאָרשערישע אינטערנעץ־פּראָיעקטן. דאָ קאָן מען דערמאָנען דעם ייִדישן חודש־זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון באָריס סאַנדלער, דעם זשורנאַל „ייִדישלאַנד‟ רעדאַקטירט דורך װעלװל טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום, און דעם ענגלישן אינטערנעץ־זשורנאַל „אין געװעּב‟, רעדאַקטירט דורך דזשעסיקאַ קירזען.
דער גרעסטער חילוק צװישן די ייִדישע און ענגלישע פּובליקאַציעס איז אַװדאי די שפּראַך, װאָס שפּיגלט אָפּ די קולטורעלע אָריענטאַציע פֿון די רעדאַקטאָרן און מחברים. „ייִדיש בראַנזשע‟ איז קודם־כּל אַ בינע פֿאַר דער נײַער ליטעראַרישער שאַפֿונג אױף ייִדיש, בעת „ייִדישלאַנד‟ איז כּלל סײַ ליטעראַטור סײַ אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. בײדע ייִדישע פּובליקאַציעס פֿאָלגן דעם טראַדיציאָנעלן מוסטער פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל, װאָס נעמט אַרײַן חוץ נײַע ליטעראַרישע װערק אױך היסטאָרישע מאַטעריאַלן, קריטיק און נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר. „אין געװעב‟ פֿאָלגט דעם מוסטער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל. דעם צענטראַלן אָרט פֿאַרנעמען דאָ נײַע פֿאָרשונגען װעגן ייִדישער קולטור, אָבער מען געפֿינט דאָ אַ סך מאַטעריאַלן פֿונעם ברײטערן קולטורעלן אינטערעס.
אין פֿאַרגלײַך מיטן געדרוקטן פֿאָרמאַט עפֿנט די אינטערנעץ אַ סך נײַע מעגלעכקײטן פֿאַרן אָרגאַניזירן און פֿאָרשטעלן מאַטעריאַלן. דװקא די דאָזיקע נײַע כּלים װעלן באַשטימען די װײַטערדיקע אַנטװיקלונג סײַ פֿון דער ייִדיש־קולטור און סײַ פֿון די ייִדיש־פֿאָרשונגען אױף אַנדערע שפּראַכן. די אינטערנעץ לאָזט ניט פּראַװען שבת פֿאַר זיך. פֿאַרשידענע מאַטעריאַלן װערן דאָ כּסדר איבערגעפֿלאָכטן און פֿאַרבונדן דורך קעגנזײַטיקע רעפֿערענצן. אַ בוך, װאָס איז אַרױס מיט יאָרן צוריק און האָט זיך אָפּגעהיט בלױז אין געצײלטע עקזעמפּלאַרן, איז אַ יקר־המציאות. אָבער אַן אינטערנעץ-פּובליקאַציע קען ניט לעבן פֿאַר זיך אַלײן, אָפּגעריסן פֿון די שײַכותדיקע נעצװערק. דאָס װערט פֿון אַן אינטערנעץ־פּובליקאַציע איז באַשטימט דורך איר צוטריטלעכקײט, ניט דורך איר פּרײַז.
אַזױ װי דער ביכערדרוק אַ מאָל, אַזױ האָט די אינטערנעץ שטאַרק פֿאַרברײטערט דעם פּאָטענציעלן לײענערישן עולם, אָבער אײנצײַטיק האָט זיך פֿאַרשאַרפֿט די קאָנקורענץ צװישן פֿאַרשידענע רעסורסן. אַלע אינטערנעץ־רעסורסן האָבן אײן ציל: אונטערצוהאַלטן דעם לײענערישן אינטערעס און צוציִען נײַע לײענער. אָבער אַנשטאָט צו קאָנקורירן פֿאַרן עולם, איז אפֿשר כּדאי צו אַרבעטן אין אײנעם און שאַפֿן אַ װירטועלע פֿילשפּראַכיקע ייִדישע סבֿיבֿה. אַזאַ סבֿיבֿה װעט לעבן אינעם נעצװערק פֿון פֿאַרשידענע אינטערנעץ-פּלאַטפֿאָרמען. צוליב דעם דאַרף מען אַנטװיקלען מער קאָנטאַקטן צװישן פֿאַרשידענע רעסורסן און אינסטיטוציעס, װאָס זאָלן זיך אױסטױשן מיט אידעען און מאַטעריאַלן.
„אין געװעב‟, למשל, װאָלט גענאָסן פֿון מער נאָענטע קאָנטאַקטן מיט דער לעבעדיקער ייִדישער שעפֿערישער סבֿיבֿה. עס װאָלט געװען טשיקאַװע צו לײענען װעגן דעם שװעדישן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט‟, װאָס לאָזט אַרױס ייִדישע ביכער און זשורנאַלן. די ייִדישע איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטײן‟ איז געװאָרן אַ בעסטסעלער: די ערשטע צװײ אױפֿלאַגעס זײַנען שױן אין גאַנצן אױספֿאַרקױפֿט, און מען גרײט צום דרוק אַ דריטע. דער דאָזיקער פֿענאָמען פֿאַרדינט אַ געהעריקע קריטישע אָפּשאַצונג. און די ייִדיש־רעסורסן װאָלטן באַקומען פֿרישע אײַנפֿאַלן װעגן ייִדיש פֿון די פֿאָרשערישע חקירות פֿון ענגליש־שפּראַכיקע פֿאָרשער און איבערזעצער.
דער איצטיקער זומער װעט זײַן אַן עת־רצון פֿאַרן אױסגעפֿינען נײַע פֿאָרעמס פֿון לערנען און פֿאַרשפּרײטן ייִדישע קולטור. די דאָזיקע באַמיִונגען דאַרפֿן ניט גײן לאיבוד, זײ דאַרפֿן פֿאַרלײגן אַ נײַעם יסוד פֿאַר שאַפֿן אַ קולטורעלע סבֿיבֿה, װוּ יעדער ליבהאָבער אָדער פֿאָרשער פֿון ייִדיש װעט זיך פֿילן הײמיש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO