Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: „מיר וועלן זיי איבערלעבן“ געזונגען אויף ייִדיש WATCH: ‘‘We Shall Overcome’’ sung in Yiddish 

דער הימען פֿאַר בירגערעכט מאַכט אַ שטאַרקן רושם אין מיישקע אַלפּערטס ייִדישן נוסח.

אין ליכט פֿון די באַנײַטע פּראָטעסטן לטובֿת די רעכט פֿון אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער, איז כּדאַי ווידער זיך צוצוהערן צום רירנדיקן נוסח פֿונעם הימען פֿון דער אַמעריקאַנער בירגעררעכט־באַוועגונג „מיר וועלן איבערלעבן“, וואָס מיישקע אַלפּערט, פֿראַנק לאָנדאָן און דוד קראַקאַוער האָבן אויספֿגעפֿירט אויפֿן קראָקאָווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל מיט צוויי יאָר צוריק. 

זייער נוסח פֿאַררופֿט זיך ניט בלויז אויפֿן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער גאָספּעל־ליד, וואָס פּיט סיגער און גײַ קאַראַוואַן האָבן פֿאַרוואַנדלט אינעם הימען פֿון דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער בירגעררעכט־באַוועגונג, נאָר אויך אויף אַן אינצידענט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין די ערשטע טעג פֿונעם חורבן. אין 1939 האָט אַ דײַטשישער אָפֿיציר אין לובלין געפֿאָדערט, אַז אַ גרופּע חסידישע מענער זאָלן פֿאַר אים זינגען אַ ליד. לכתּחילה האָבן זיי אָנגעהויבן זינגען דאָס פֿאָלקסליד „לאָמיר זיך איבערבעטן‟ אָבער איינער פֿון זיי האָט אין גיכן ספּאָנטאַן געביטן די ווערטער אויף „מיר וועלן זיי איבערלעבן, אָבֿינו שבשמים.‟ ווען נאָך הונדערטער ייִדן האָבן אויפֿגעכאַפּט דאָס ליד און אָנגעהויבן מיטצוזינגען, האָט דער אָפֿיציר זיי געהייסן שווײַגן. דאָס ליד האָט אָבער ווײַטער אָפּגעהילכט אַלץ העכער און העכער.

דער ווייניק־באַקאַנטער אינצידענט איז מיט צוויי יאָר צוריק אַרײַן אינעם צײַטגײַסט, ווען אַ גרופּע ניו־יאָרקער אַקטיוויסטן האָט געמאַכט אַ ריזיקן פּלאַקאַט מיט דער לאָזונג „מיר וועלן זיי איבערלעבן‟, אָנגעשריבן אויף ייִדיש, און אים געטראָגן אויף אַ ריי פּאָליטישע דעמאָנסטראַציעס. די קלעזמער־קאַפּעליע „ציבעלע‟ האָט דערצו אָנגעהויבן זינגען דאָס ליד אויף זייערע קאָנצערטן און ס׳איז באַלד געוואָרן אַ טייל פֿונעם הײַנטיקן קלעזמער־רעפּערטואַר. אַלפּערט און לאָנדאָן האָבן באַשלאָסן צונויפֿצופֿלעכטן די צוויי לידער ווי אַ פּירוש אויפֿן פּאָליטישן מצבֿ אין פּוילן און אַמעריקע. 

די ווערטער אויף ייִדיש זענען:

מיר׳ן זיי איבערלעבן
מיר׳ן זיי איבערלעבן
מיר וועלן צוזאַמען קעמפֿן ביזן סוף
איך פֿיל אַז אין מײַן לאַנד, גערעכטיקייט זאָל זײַן
לאָמיר קעמפֿן ביזן סוף

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version