„נודניקעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור“ און אַנדערע קורסן אויף ייִדיש“Nudniks in Yiddish literature’’ and other courses in Yiddish
צווישן די אַנדערע קלאַסן בײַם אַרבעטער־רינג: דאָס לשון אין י. ל. פּרצס ווערק, און ל. שאַפּיראָ — פּיאָנער פֿון אימפּרעסיאָניזם אויף ייִדיש.
הגם אַ סך אָרגאַניזאַציעס האָבן צוליב דער איצטיקער מגפֿה אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אינטערנעץ־קורסן ערשט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, אָרגאַניזירט דער אַרבעטער־רינג שוין פֿיר יאָר לאַנג אַזעלכע קלאַסן. קיין חידוש ניט, אַז אויך הײַיאָר, ווען מע קען נאָך ניט פֿירן קיין קורסן וואָס טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים, אָרדנט די אָרגאַניזאַציע אײַן צענדליקער פֿאַרשידענע קלאַסן מיט לערער פֿון עטלעכע לענדער (אַמעריקע, פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אַרגענטינע און קאַנאַדע).
צווישן דער לאַנגער רשימה קלאַסן וועט מען אויך לערנען צען קורסן אין גאַנצן אויף ייִדיש:
-
דאָס אייגנאַרטיקע לשון אין י. ל. פּרצעס דערציילונגען און ווי מע קען אויפֿכאַפּן, צווישן די שורות, זײַן אידעאָלאָגיע וואָס שייך דער ייִדישער שפּראַך. געלערנט פֿון ד״ר יצחק ניבאָרסקי.
-
די קורצע דערציילונגען פֿון ל. שאַפּיראָ — אַ פּיאָנער פֿון אימפּרעסיאָניזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געלערנט פֿון ד׳׳ר יודזשין אָרענשטיין.
-
אַ קלאַס וועגן נודניקעס און די געשיכטע פֿונעם טערמין, אָנהייבנדיק פֿון זײַנע פּוילישע וואָרצלען און זײַן באַנוץ במשך פֿון 19טן און 20סטן יאָרהונדערט. געלערנט פֿון ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער.
-
אַ וואַרשטאַט פֿאַר די וואָס ווילן זיך אויסלערנען ווי איבערצוזעצן טעקסטן פֿון ייִדיש אויף ענגליש און פֿון ענגליש אויף ייִדיש. געלערנט פֿון ד׳׳ר שבֿע צוקער.
-
אַ קלאַס וועגן דעם שרײַבער און פּאַרטיזאַנער הערש סמאָליאַר, וווּ מע וועט לייענען פֿון זײַנע זכרונות. געלערנט פֿון ד׳׳ר גענאַדי עסטרײַך.
-
די משלים פֿונעם בעל־שם־טובֿ, דעם דובנער מגיד, שלמה עטינגער, יהואש, אליעזר שטיינבאַרג און פּרץ מיראַנסקי. געלערנט פֿון ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטענבוים.
-
די ייִדישע פֿאָנאָלאָגיע און ווי זי ווערט אָפּגעשפּיגלט אין אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק. געלערנט פֿון ד׳׳ר אײַזיק בלימאַן.
-
אַלט־ייִדישע ווערק וועגן דיבוקים און די אונטערשיידן צווישן דעם ייִדיש פֿון דײַטשלאַנד און דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש. געלערנט פֿון ד׳׳ר לייזער בורקאָ.
-
אַ קורס וועגן דער עטימאָלאָגיע פֿון ייִדישע ווערטער און די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וווּ מע וועט אויך לייענען פֿון מאַקס ווײַנרײַכס ווערק. געלערנט פֿון ד׳׳ר לייזער בורקאָ.
-
אַ וואַרשטאַט צו באַרײַכערן דאָס לשון פֿון די סטודענטן, וואָס שייך וואָקאַבולאַר, אידיאָמען און וועלטסווערטלעך, געלערנט פֿון ד׳׳ר יאַנקל־פּרץ בלום.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO