Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָנלײַן־סעמינאַרן אויף ייִדיש מיט באַרימטע מומחיםOnline seminars in Yiddish with prominent literary scholars 

די סעמינאַרן וועלן באַהאַנלדען די ווערק פֿון אײַזיק מאיר דיק, ישׂראל ראַבאָן, י.י. שוואַרץ און ייִדישע שרײַבערינס.  

דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם ביבליאָטעק לאַנצירט אַ סעריע אָנלײַן־סעמינאַרן אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור מיט באַרימטע געלערנטע פֿון אַמעריקע, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. 

די פֿיר מיני־קורסן, דער דריטער זמן קורסן אַזעלכע אין דער פּראָגראַם „יאָ מיט אַלעמען“, וועלן זיך אַלע טרעפֿן פֿיר מאָל אויף אַנדערהאַלבן שעה, דאָס הייסט, זעקס שעה אין גאַנצן. עס וועלן אָנפֿירן מיט די סעמינאַרן ד׳׳ר דוד־הירש ראָסקעס (ניו־יאָרק/ירושלים), ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז), ד׳׳ר שבֿע צוקער (ניו־יאָרק) און ד׳׳ר חיהלע ביר (לאָנדאָן). די קורסן, וואָס וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 9טן יוני ביזן 6טן יולי, וועלן דעקן די ווײַטערדיקע טעמעס:

 „דער ערשטער אַמעריקאַנער־ייִדישער עפּאָס: לאַנד, מענטש און מיטאָס אין ׳נײַערד׳ פֿון י. י. שוואַרץ“ — ד׳׳ר דוד־הירש ראָסקעס. אינעם קלאַס, וואָס וועט פֿאָרקומען יעדן דינסטיק, 6 אַ זייגער אין אָוונט פּאַריזער צײַט (12 אַ זייגער נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט), וועט מען אַרומרעדן דעם ערשטן טייל פֿון י. י. שוואַרצס עפּישער פּאָעמע „קענטאָקי“, אין וועלכער דער פּאָעט שילדערט די דרומדיקע שטאַטן פֿון אַמעריקע ווי אַ נײַער ציון.

דעם קורס, „׳די לייענערין האָט געוואַרט אויף אים׳ — אײַזיק מאיר דיק און זײַנע דערציילונגען“ ,וועט לערנען ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי. אינעם סעמינאַר, וואָס וועט פֿאָרקומען יעדן דאָנערשטיק 7 אַ זייגער אין אָוונט פּאַריזער צײַט (1 אַ זייגער נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט), וועט מען אַרומרעדן די ווערק פֿונעם שרײַבער אײַזיק מאיר דיק, דער ערשטער שרײַבער אויף ייִדיש אינעם 19סטן יאָרהונדערט, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע לייענערשאַפֿט. מע וועט לייענען דעם ראָמאַן „רב שמעיה אַליטער, דער גוט יום־טובֿ־ביטער“ און דיסקוטירן דיקס באַנוץ פֿון הומאָר און פֿאַר וואָס דער ראָמאַן איז אינטערעסאַנט פֿון אַן עטנאָגראַפֿישן שטאַנדפּונקט.

„צווישן צוויי וועלטן: די פֿרוי אין דער ייִדישער ליטעראַטור“ מיט ד׳׳ר שבֿע צוקער. אינעם סעמינאַר, וואָס וועט פֿאָרקומען יעדן זונטיק, פֿונעם 14טן יוני ביזן 5טן יולי, 7 אַ זייגער אין אָוונט פּאַריזער צײַט (1 אַ זייגער נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט), וועט ד׳׳ר צוקער געבן אַן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אָנגעשריבן דורך פֿרויען. די טעמעס פֿון אירע פֿיר רעפֿעראַטן וועלן זײַן: „די לײענערין, תּחינות, דער פֿעמינינער אימפּולס צו מעשׂיות“, „אױטאָביאָגראַפֿיע: די זכרונות פֿון הינדע בערגנער און פּועה ראַקאָװסקי“, „דער דורות־ריס: 3 לידער — קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס ׳פֿרױען־לידער׳, אַנאַ מאַרגלינס ׳מײַן שטאַם רעדט׳, רחל קאָרנס ׳דורות׳“ און „לידער װעגן מאַמעס און קינדער“.

„ישׂראל ראַבאָנס ׳די גאַס׳“ מיט  ד׳׳ר חיהלע ביר. אינעם סעמינאַר, וואָס וועט פֿאָרקומען יעדן מאָנטיק, 6 אַ זייגער אין אָוונט פּאַריזער צײַט (12 אַ זייגער נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט), וועט ד׳׳ר חילהלע ביר אַרומרעדן דעם אופֿן ווי אַזוי דער שרײַבער ישׂראל ראַבאָן „פֿלעכט צונויף בילדערישקייט, גראָטעסק, אייגנאַרטיקייט און באַרירט עטישע פֿראַגעס“ אין זײַן ראָמאַן ”די גאַס“.

דער שׂכר־לימוד איז 60 אייראָס אַ סעמינאַר. 

נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version