אַ דערצויגענער בײַ בולגאַרישע ייִדן פֿילט זיך דער אַקטיאָר פֿאָרט נאָענט צו זײַנע אַשכּנזישע וואָרצלעןRaised by Bulgarian Jews, this actor still feels close to his Ashkenazi roots
אַריה אלדר זעט אַ בפֿירושע פֿאַרבינדונג צווישן דעם ישׂראלדיקן לעבן מיטן ייִדישן לעבן אין אייראָפּע פֿאַרן קריג.
דער לעצטער טייל פֿון דער סעריע, „ווי זעען מיטל־יאָריקע סאַברעס די אַשכּנזישע קולטור?‟
דורון גובר (גאָווער) – פּילאָט און געשעפֿטסמאַן פֿון קאָמוניקאַציע און ענערגיע־מיטלען; וווינט אין רמת השרון:
איך שאַץ זייער אָפּ דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום און די וועלט פֿון אַשכּנז. אַ באַדײַטפֿולער טייל פֿון דער השׂכלה־קולטור און ראַציאָנאַליזם זענען פֿאַרבונדן מיט די ווערטן פֿון ייִדישקייט. כ’פֿיל אַ בענקשאַפֿט צו זײַן אייגנאַרטיקער מוזיק. ס’איז מײַן ניגון.
אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן האָב איך זיך מער באַקענט מיט ייִדישע פֿילאָסאָפֿן וואָס באַהאַנדלען אוניווערסאַלע טעמעס: רמב”ם, יהודה הלוי, שפּינאָזאַ און מענדעלסאָן. איך פֿיל אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג נישט צום הײַנטיקן, נאָר צום אַמאָליקן אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
דער חורבן שטערט ניט צו אַנטוויקלען מײַן באַציִונג צום אַמאָליקן ייִדישן לעבן.
רעייה האַרטמאַן – געוועזענע הויך־ראַנגיקע אָנגעשטעלטע אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. וווינט אין רמת־אָבֿיבֿ.
דער אייראָפּעיִשער ייִדנטום (פֿונעם רעליגיעזן שטאַנדפּונקט) פֿאַרשווינדט, אַחוץ אין די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן. דער געשטאַלט וואָס כ’האָב וועגן אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז געבויט אויף דער פּרעכטיקער קולטור פֿונעם עבֿר, וואָס מיר זאַפּן אײַן ביזן הײַנטיקן טאָג.
די השפּעה פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום ווערט אָבער מיט דער צײַט פֿאַרקלענערט.
יאָ, כ’פֿיל אַ ריס מיטן הײַנטיקן ייִדישן לעבן אין אייראָפּע. דער חורבן שטערט מיך ניט זיך צו פֿאַרבינדן מיטן ייִדישן לעבן פֿון פֿאַרן חורבן. רעליגיע שטערט מיך ניט אָנצוהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט דער וועלט פֿון נעכטן.
איך רעד ניט מיט דער משפּחה אָדער באַקאַנטע וועגן די דאָזיקע טעמעס.
אַריה אלדר (עלדאַר) – דיכטער – רעזשיסאָר און אַקטיאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿ
לויט מײַן פֿאַרשטאַנד איז די אַשכּנזישע וועלט דאָס וואָס ווערט באַשריבן דורך שלום־עליכם און חיים נחמן ביאַליק און וואָס מע זעט בײַ מאַרק שאַגאַלס מאָלערײַען.
מײַן פֿאָטער האָט געשטאַמט פֿון אַ שטעטל אין וואָלינער געגנט, דעמאָלט פּוילן. ס’רובֿ תּושבֿים זענען געווען ייִדן. וועגן זײַן קינדהייט האָט ער זייער ווייניק דערציילט. וואָס כ’האָב פֿון אים פֿאַרשטאַנען איז, אַז זיי האָבן געלעבט אין אַ דאָרפֿישער סבֿיבֿה, זיך פֿאַרנומען מיט אַגריקולטור און תּמיד געליטן פֿון אָרעמקייט. די היים איז געווען אִ ייִדישע טראַדיציאָנעלע און די שפּראַך, פֿאַרשטענדלעך, ייִדיש.
איך בין אַ „געמישטער“. דער טאַטע — אַן אַשכּנזישער און די מאַמע — אַ ספֿרדישע פֿון בולגאַריע. ווי אַ קינד בין איך מער דערצויגן געוואָרן אין אַ ספֿרדישער סבֿיבֿה, מיט מײַנע זיידע־באָבע פֿון בולגאַריע. מײַן זיידע איז דאָרט געווען אַ רבֿ, חזן און שוחט, און ראָש פֿון דער קהילה. זייער שטוב איז געווען ציוניסטיש געשטימט און ס’האָבן זיך דאָרט געטראָפֿן יונגעלײַט פֿון ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען. נאָכן אָנקומען אין ישׂראל איז די אַטמאָספֿער אין דער היים געווען אַן ענלעכע. דער זיידע האָט געזונגען ציוניסטישע ישׂראלישע לידער צוזאַמען מיט אַלטע ספֿרדישע ראָמאַנסעס — אַ צונויפֿפֿלעכט פֿון טראַדיציע און מאָדערנער קולטור. מיט מײַן באָבע וועלכע האָט זיך אין לאַנד נישט איײַגעגלידערט האָב איך גערעדט ספּאַניאָליש. און ווי אַזוי רעדן די עלטערן כּדי דאָס קינד זאָל ניט פֿאַרשטיין? אויף ייִדיש! די מאַמע האָט געקענט דײַטש נאָך פֿון מיטלשול, און האָט דערפֿאַר געקענט אויפֿכאַפּן דעם ישׂראלישן ייִדיש פֿון די פֿופֿציקער יאָרן…
צום באַדויערן האָב איך ניט געקענט מײַנע זיידע־באָבעס און משפּחה פֿון פּוילן וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם חורבן. ערשט אין 1957, ווען אַ כוואַליע ייִדן פֿון נאָך־מלחמהדיקן פּוילן האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל, האָב איך זיך באַקענט מיט אַ סך קרובֿים פֿון מײַן פֿאָטער.
מײַנע שפּעטערדיקע באַזוכן אין צפֿון אייראָפּע און בולגאַריע האָבן מיר שוין געוויזן די פֿיזישע סבֿיבֿה פֿון אָט דער וועלט, וואָס איך, ווי אַ קינד, האָב נאָר געהאַט געהערט דורך מעשׂהלעך. כ’פֿאַרגלײַך עס מיטן פֿרומען לעבן הײַנט אין ישׂראל און עס זעט מיר אויס ווי אַ גלות־אָפּשפּיגלונג אין מאָדערנעם ארץ־ישׂראל.
יעדעס מאָל וואָס איך פֿאָר אַהין פֿאַרשטיי איך בעסער די אומצערײַסלעכע פֿאַרבינדונג צווישן אונדזער לעבן דאָ אין ישׂראל מיטן ייִדישן לעבן אין אייראָפּע פֿאַרן קריג. כ’האָב לעצטנס רעזשיסירט „וואַרטנדיק אויף גאָדאָ“, וווּ די העלדן עסטראָגאַן און וולאַדימיר זענען, מישטיינס געזאָגט, ייִדישע אַרבעטער אימיגראַנטן, וועלכע וואַנדערן אַרום אין זייער אַבסורדישער וועלט פֿון דער נאָך־מלחמהדיקער אייראָפּע.
כ’האָב אויך געהאַט די געלעגנהייט צו רעזשירסירן אין דײַטשלאַנד אַ פּורים־שפּיל וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין פֿראַנקפֿורט אין 1708. די פּיעסע באַנוצט זיך מיט קאָמישע און סאַטירישע עלעמענטן. און צווישן די שורות שווימט אַרויף די ווירקלעכקייט פֿון ייִדישן לעבן אין פֿראַנקפֿורט אין יענער תּקופֿה. בשעת די פּראָבעס פֿון די ייִדישע און נישט־ייִדישע אַקטיאָרן, איז אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען אַ טעראָריסטישער אַטענטאַט. מיר אַלע, דער תּל־אָבֿיבֿער רעזשיסאָר און די אַקטיאָרן, זײַנען שטאַרק באַווירקט געוואָרן דערפֿון. די פֿאַרבינדונג צו אייראָפּע, סײַ דעמאָלט סײַ הײַנט, איז זייער אַ ממשותדיקע.
דעם אַמאָליקן לעבן־שטייגער קאָן מען הײַנט זען אין די אָרטאָדאָקסישע קוואַרטאַלן אין ירושלים און בני־ברק, ווי אויך אין ברוקלין. דאָרטן איז מען פֿאַרעקשנט אָפּצוהיטן די רעליגיע, די קולטור, די ייִדישע שפּראַך און אַנדערע מנהגים. מסתּמא איז די פֿאַרעקשנטקייט אַ רעאַקציע אויף די באַמיִונגען פֿון אַנדערע פֿעלקער אויסצוראָטן ס’ייִדישע פֿאָלק. מיר פּערזענלעך איז שווער זיך צו פֿאַרבינדן דערצו. מיר דאַכט זיך אַז די פֿרומע ייִדן האָבן געקאָנט אַנטוויקלען מער אָפֿנקייט צום היײַטיקן לעבן־שטייגער, צו וויסנשאַפֿט, למשל. דער בעסטער בײַשפּיל איז יאַפּאַן, וווּ איין יסוד קומט ניט אויפֿן חשבון פֿונעם צווייטן. כ’האָף אַז אין דער צוקונפֿט וועט אויך בײַ אונדז זײַן אַ גלײַכגעוויכט צווישן ביידע וועלטן.
בײַ מיר איז פֿאַראַן אַ קלאָרער אונטערשייד צווישן רעליגיע און קולטור. איך שטאַם פֿון אַ טיפֿער, דורות־לאַנגער קולטור און טראַדיציע. דאָס זענען מײַנע וואָרצלען און דורך די אָ ברילן קוק איך אויף דער וועלט.
איך מיין, אַז די אָרטאָדאָקסיע מאָנאָפּאָליזירט אַלץ וואָס איז ייִדישקייט און רעדט אין נאָמען פון בורא־העולם און דאָס רופֿט אַרויס בײַ מיר פאַראיבל. פֿון דעסטוועגן באַמי איך זיך אונטערצושיידן צווישן רעליגיע און ייִדישער קולטור.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO