Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

עלנטע ייִדן אין דער גרויסער שטאָטLonely Jews in the big city

זלמן שניאורס נאָװעלע, „אַ טױט‟, אַנטפּלעקט דעם פּסיכאָלאָגישן קריזיס פֿון ייִדישער יוגנט אין אָנהײב פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.

די פּראָבלעם פֿון זעלבסטמאָרד איז געװאָרן אַ הײסע טעמע אין דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער ליטעראַטור אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

עס זײַנען געװען פֿאַרשידענע סיבות דערפֿאַר. קודם־כּל, איז דאָס טאַקע געװען אַ היפּשע סאָציאַלע פּראָבלעם, בפֿרט בײַ יונגע לײַט אין די גרױסע שטעט. חוץ דעם, האָט די דאָזיקע טעמע געעפֿנט נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר ליטעראַרישע עקספּערימענטן מיט סטיל און פֿאָרם, װאָס האָבן צוגעצױגן דעם לײענערישן אינטערעס און אַרױסגערופֿן עפֿנטלעכע װיכּוחים.

ייִדישע ליטעראַטור איז ניט געװען קײן אױסנאַם, װײַל די דאָזיקע פּראָבלעם האָט זיך געפֿונען בײַ דער ייִדישער יוגנט ניט װײניקער, און אפֿשר אַפֿילו נאָך מער, אײדער די קריסטלעכע. ייִדישע יונגע לײַט האָבן געשטראָמט פֿון די קלײנע שטעטלעך אין די גרױסע שטעט, װוּ זײ האָבן זיך געפֿונען אין אַ שװערן עקאָנאָמישן און פּסיכאָלאָגישן מצבֿ. דאָס האָט אָפֿט מאָל גורם געװען אַ טיפֿע גײַסטלעכע דעפּרעסיע.

אין די ערשטע יאָרן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן ייִדישע שרײַבער באַהאַנדלט דעם ענין פֿון זעלבסטמאָרד פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן. שלום־עליכם, למשל, האָט געשריבן מיט רחמנות װעגן אַן עלטערן פּאָרפֿאָלק, װאָס האָט פֿאַרלױרן אַ קינד װי אַ קרבן פֿון אַ מין װילדער מאָדע אױף זעלבסטמאָרד. אין דער מעשׂה „קבֿר אָבֿות‟, װאָס איז אַרײַן אינעם באַנד פֿון „אײַזנבאַן־געשיכטעס‟, דערצײלן די עלטערן די טראַגישע געשיכטע פֿון זײער טאָכטער, װאָס האָט זיך אָנגעלײענט מיט דער דעקאַדענטישער ליטעראַטור און זיך גענומען דאָס לעבן אין אײנעם מיט אַ חבֿרטע. דאָ הערן מיר די טראַגישע מעשׂה שױן „נאָך אַלעמען‟, װי זי װערט דערצײלט דורך די עלטערן.

די ייִנגערע שרײַבער, אַזעלכע װי דוד בערגעלסאָן אָדער זלמן שניאור, האָבן געהאַט אַ סך אינטערעס אין די איבערלעבונגען און דערפֿאַרונגען פֿונעם ייִנגערן דור. בערגעלסאָן האָט באַהאַנדלט די טעמע פֿון זעלבסטמאָרד אין דעם ראָמאַן „אָפּגאַנג‟, בעת שניאור האָט איר געװידמעט אַ נאָװעלע מיטן קעפּל „אַ טױט. שריפֿטן פֿון אַ זעלבסטמערדער אַ טירוף‟. די דאָזיקע נאָװעלע איז אָנגעשריבן געװאָרן אין 1905 און אַרױס אױף ייִדיש אין װאַרשע אין 1909. זי איז נאָך אַ מאָל געדרוקט געװאָרן אין בערלין אין 1923 מיטן טיטל „אַהין‟ – אַ סימן, אַז די נאָװעלע איז געװען פּאָפּולער צװישן ייִדישע לײענער.

איצט איז „אַ טױט‟ אַרױס אין אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון דניאל קענעדי.

אין דער רוסישער ליטעראַטור־געשיכטע האַלט מען די ערשטע יאָרן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט פֿאַר דער צײַט פֿון דרײסטע סטיליסטישע און טעמאַטישע זוכענישן. ביז גאָר פּאָפּולער זײַנען דעמאָלט געװאָרן די װערק פֿון מיכאַיִל אַרציבאַשעװ, אין װעלכע זעלבסטמאָרד איז געװען די צענטראַלע טעמע. דװקא זײַן ראָמאַן „סאַנין‟ האָבן די עלטערן אין שלום־עליכמס מעשׂה „קבֿר־אָבֿות‟ געהאַלטן פֿאַר שולדיק פֿאַרן טױט פֿון זײער טאָכטער. „סאַנין‟ איז אַרױס אױף ייִדיש אין ניו־יאָרק אין 1909, דעם אײגענעם יאָר װי שניאורס „טױט‟ איז דערשינען אין װאַרשע.

אין דער הקדמה צו דער ענגלישער איבערזעצונג באַמערקט קענעדי, אַז אַ װיכטיקע השפּעה אױף שניאורס נאָװעלע איז געװען דער ראָמאַן פֿונעם רוסישן שרײַבער פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקיס „נאָטיצן פֿון אונטערערד‟. דערבײַ איז שניאורס העלד שלמה אַ טיפּישע ייִדישע געשטאַלט פֿון תּלוש, װאָס איז געװען פּאָפּולער אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. שלמה אַלײן באַשרײַבט דעם דאָזיקן טיפּ אָן רחמנות: „די האַלב־פֿאַרפֿױלטע בחורימלעך, […] איך קען זײ גוט, פֿון דער ישיבֿה גײען זײ אַרױס און פֿון פֿינסטערע װינקעלעך בײַ זײערע קלײנשטעטלדיקע עלטערן. אַ ‘ציל’ זוכן זײ, זײ ‘שטרעבן צו אַ ‘ציל’. פֿאָרן זײ אַװעק אין די גרױסע שטעט, הונגערן און װאַלגערן זיך אין קעלערס און שנאָרן און גיבן קאָפּקענע לעקציעס און אַלײן לערנען זײ זיך בײַ אָרעמע, מידע סטודענטן […] און אַז זײ דערגרײכן שױן דעם ‘ציל’ זײערן, זײַנען זײ שױן קראַנק און חושך און צעבראָכן אױף אײביק.‟

שלמה איז געװאַקסן װי אַ פֿאַרװאָרלאָזט קינד. זײַן מאַמע איז געשטאָרבן אין קימפּעט, און זײַן טאַטע איז געװען טיף פֿאַרטאָן אין געשעפֿטן. די שטיפֿמוטער זײַנע איז געװען אַ מיאוסע און נאַרישע פֿרױ. אינעם עלטער פֿון 16 יאָר איז ער אַװעק אין דער גרױסער שטאָט, װוּ ער האָט זיך מפֿרנס געװען פֿון פּריװאַטע לעקציעס. אין משך פֿון אַ פּאָר חדשים איז שלמה פֿאַרכאַפּט מיטן פּלאַן צו נעמען זיך דאָס לעבן. דער לײענער פֿאָלגט זײַנע געמישטע מחשבֿות לױטן טאָגבוך, װאָס אַנטפּלעקט זײַן אינערלעכן פּסיכאָלאָגישן קריזיס.

די שטאָט, װוּ שלמה װױנט, האָט ניט קײן נאָמען. קען זײַן, אַז דאָס איז װילנע, װוּ שניאור האָט געוווינט בשעתן שרײַבן די נאָװעלע. קען זײַן, אַז דאָס איז װאַרשע, װוּ דאָס בוך איז אַרױס. די שטאָט איז צעטײלט אױף דעם ייִדישן און קריסטלעכן טײל, אָבער שלמה פֿילט זיך גלײַך פֿרעמד אין בײדע. אום יום־כּיפּור װיל ער גײן אין אַ שול, אָבער מען לאָזט אים ניט אַרײַן װײַל ער האָט ניט קײן בילעט. אַנשטאָט דאַװענען גײט ער אין אַ רעסטאָראַן אין דער קריסטלעכער געגנט. דאָ איז ער ניט אַלײן: „אַ סך ייִדישע יונגעלײַט זיצן און עסן און טרינקען און רױכערן און שפּילן שאַך.‟ די דאָזיקע סצענע דערמאָנט אָן אַן ענלעכן עפּיזאָד אין י. ל. פּרצעס דערצײלונג „מעשׂיות‟, װוּ דער העלד קומט אַרײַן אין אַ װאַרשעװער רעסטאָראַן אום פּסח און שפּילט זיך מיט אַ שטיקל ברױט. אױף אַזאַ אופֿן באַטאָנען די ייִדישע שרײַבער די אָפּגעפֿרעמדקײט פֿון יונגע שטאָטישע ייִדן פֿון דער ייִדישקײט פֿון זײערע שטעטלדיקע עלטערן.

דניאל קענעדי האָט פֿאַרדינט אַ ייִשר־כּוח פֿאַר זײַנע באַמיִונגען צו ברענגען די פֿאַרגעסענע מײַסטערװערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור צו דעם הײַנטצײַטיקן ענגלישן לײענער. זײַנע איבערזעצונגען אַנטפּלעקן אַ ביז גאָר נײַ בילד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס איז פֿילזײַטיקער אײדער דעם סטאַטעטשנער סטערעאָטיפּ פֿון „פֿידלער אױפֿן דאַך‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.