Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: „ אלי אלי“ — אַ ייִדיש ליד געלערנט אין אוישוויץWATCH: ‘‘Eli Eli’’: A Yiddish song learned in Auschwitz

שׂרה נאָמבערג־פּרישטיק זינגט אַ ליד מיט אַן אור־אַלטן רעפֿרען: „מײַן גאָט, פֿאַר וואָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזט?“

די ווידעאָס פֿון שׂרה נאָמבערג־פּרישטיק, וואָס ווערן צוגעגרייט און אַרויפֿגעשטעלט דורכן זינגער וואָלף קראַקאָווסקי, זענען ממש אַן אוצר פֿון מוזיק, פֿאָלקלאָר און געשיכטע.

לעצטנס האָט קראַקאָווסקי אַרויפֿגעשטעלט אַ רירנדיק ליד, וואָס נאָמבערג־פּרישטיק האָט זיך געלערנט אין אוישוויץ. אינעם רעפֿרען פֿונעם ליד הערט מען די ווערטער „אלי אלי למה עזבתּני“ וואָס איז טײַטש „מײַן גאָט, פֿאַר וואָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזט?“ כאָטש די ווערטער שטאַמען פֿון תּנ׳׳ך (תּהילים 22), זענען זיי הײַנט בעסער באַקאַנט דער וועלט אויף אַרמיש, ווײַל לויט דער קריסטלעכער טראַדיציע האָט יעזוס זיי ציטירט אויפֿן צלם אויף דער אַרמישער שפּראַך, זײַן מאַמע־לשון.

כאָטש דאָס ליד איז געווען פּאָפּולער אין אוישוויץ, איז עס אַ סך עלטער און שטאַמט, אַ פּנים, פֿון ניו־יאָרק, וווּ יעקבֿ קאָפּל־סאַנדלער האָט עס מחבר געווען פֿאַר באָריס טאָמאַשעווסקיס אַ פּיעסע אין 1896. איך זאָג „אַ פּנים“, ווײַל געוויסע מענטשן, אַרײַנגערעכנט דעם חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט, האָבן געטענהט, אַז ס׳איז טאַקע אַ פֿאָלקסליד און אַז סאַנדלער איז געווען אַ שווינדלער פֿאַרן פֿאַרדינען געלט דערפֿון. דער ענין איז געווען אַזאַ הייסער, אַז מע האָט געשריבן צענדליקער אַרטיקלען וועגן דעם אין דער ייִדישער און אַנגלאָ־ייִדישער פּרעסע אין די 1920ער יאָרן.

יאָסעלע ראָזענבלאַטס נוסח פֿונעם ליד קען מען הערן דאָ:

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version