חסידישער מוזיק־ווידעאָ שילדערט חורבן און גאולהHasidic music video portrays the Holocaust and the Redemption
אַבֿרהם מרדכי שוואַרצס „מנן ומאן“ וועבט צונויף בילדער פֿונעם ייִדישן אַמאָל מיט דער הײַנטיקער מוזיק.
בײַם ערשטן בליק אויף אַבֿרהם מרדכי שוואַרצס מוזיק־ווידעאָ פֿאַרן ליד „מנן ומאן“ בין איך פֿאַרכאַפּט געוואָרן, ווײַל להיפּוך צו ס׳רובֿ הײַנטצײַטיקע חסידישע ווידעאָס אַזעלכע, ווײַזט עס בילדער פֿונעם ייִדישן אַמאָל. שיין צונויפֿגעשטעלט, רופֿן די פֿאָטאָגראַפֿיעס אַרויס אַ געוויסע נאָסטאַלגיע, און זענען אַ קאָנטראַסט מיטן מאָדערנעם סטיל פֿון דער מוזיק גופֿא. כאָטש די ווערטער „חורבן“ אָדער „לאַגער“ ווערן בכלל ניט דערמאָנט, כאַפּט מען גלײַך בײַם קוקן דעם ווידעאָ, אַז דאָס האָט ער געהאַט אין זינען בײַם שרײַבן דעם טעקסט.
געוויינטלעך האַלט איך אַז עלעקטראָנישע מוזיק און „אַוטאָטון“ פּאַסן ניט אַ ייִדיש ליד, אָבער עס זענען תּמיד דאָ אויסנאַמען. די מוזיק האָט טאַקע סײַ אַ מאָדערנעם קלאַנג, סײַ אַן עכטן ייִדישן חן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO