ווידעאָ: נײַן־יאָריק ייִנגל שאַפֿט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן — און שרעקעדיקן —קורצן פֿילםWATCH: Nine-year old boy creates a captivating, and spooky, short film
דער פֿילם, „דער שבתדיקער שד‟, איז געווען זײַן סוף־יאָר פּראָיעקט, אַ טייל פֿון אַן אומאָפּהענגיקער שטודיע אין שול.
אַ נײַן־יאָריק ייִנגל, בנימין אַנטין, האָט לעצטנס געשאַפֿן אַ פֿילם פֿון ווייניקער ווי צוויי מינוט, וואָס ווײַזט, אויף אַ קינסטלערישן אופֿן, ווי אַזוי אַן אומזעעוודיקער שד גרייט צו אַ טיש לכּבֿוד שבת.
דער פֿילם, וואָס הייסט „דער שבתדיקער שד‟, איז געווען בנימינס סוף־יאָר־פּראָיעקט בײַ אַן אומאָפּהענגיקער שטודיע אין שול. אים צוגעהאָלפֿן אין דער אַרבעט האָט אַ קאָלעדזש־סטודענט, דייוויד גוזמאַן.
אינעם ווידעאָ זעט מען ווי אַלץ ווערט מיסטעריעז דורכגעפֿירט אין גאַנצן אַליין. די טעלער און גאָפּל־לעפֿל „צעשטעלן זיך‟ אויפֿן טיש; דער כּוס ווערט אַליין אָנגעפֿילט מיטן ווײַן און די חלה „שטופּט זיך‟ מיט איינעם פֿון די טעלער כּדי זיך צו געפֿינען אַן אייגן אָרט. קיין קלאַנג איז נישטאָ, וואָס גיט צו נאָך אַן עלעמענט פֿון מיסטעריעזקייט.
„דאָס פֿילמירן האָט געדויערט זיבן שעה לאַנג,‟ האָט בנימין דערקלערט אין דער באַשרײַבונג פֿון זײַן פּראָיעקט. „מיר האָבן גענומען 567 פֿאָטאָגראַפֿיעס ווײַל מיר האָבן געדאַרפֿט 550 בילדער צו שאַפֿן אַ פֿילם פֿון איין מינוט. דאָס רעדאַקטירן האָט געדויערט בערך אַ שעה מיט אַ האַלב און דער פֿילם אַליין איז 1 מינוט מיט 40 סעקונדעס.‟
ס׳איז קלאָר אַז בנימין איז אַ קינד מיט אַ בפֿירושן טאַלאַנט. קוקנדיק דעם „פֿילמעכל‟ האָט זיך מיר געדאַכט אַז דאָס האָט געקענט זײַן איינעם פֿון די ערשטע ווערק פֿונעם מײַסטער פֿון קלאַסישע שרעקפֿילמען, אַלפֿרעד היטשקאָק. ס׳קומט בנימינען אַן אמתער ישר־כּוח!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO