Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי מע פּראַוועט שבֿועות אין די חסידישע קרײַזןHow Shavuos is celebrated among the Hasidim

שבֿועות אָוונט לייענען די סאַטמערער אַ שטר התּנאָים, אַ כּמו שידוך־אָפּמאַך צווישן דעם רבונו של עולם מיט זײַנע ייִדעלעך.

איידער געצוקערטע מילכיגע געבעקסן זענען געווארן די הויפט מצווה פון שבועות, גלייך ווי מצה אום פסח און שופר ראש השנה, האט שבועות געהאט אן אנדער מצווה, אן עכטע מצווה אין די תורה, די איינציגסטע שבועותדיגע מצווה: שתי הלחם, אזא מין לחם משנה וואס דער כהן איז מקריב שבועות בייטאג דורכן פאכען עס צו אלע קאנטן — ווי מיר טוען היינט מיטן לולב. 

די שתי הלחם שטעלט פאר די נייע ווייץ פונעם יאר, אזא מין ביכורים קרבן, און דאס דארף דוקא צו זיין חמץ’דיג, נישט אזויווי די אנדערע הייליגע ברויטן פון בית המקדש וואס דארף צו זיין אומ’חמץ’דיג. די אמאליגע שבועותדיגע הויפט מצווה סימבאליזירט דערפאר חמץ’דיגקייט, פונקט פארקערט פון פסח. 

אז עס איז נישטא קיין בית־המקדש מיט כהנים איז נישטא קיין שתי הלחם, איז דער איינציגער סימבאלישער שבועות מצווה בטל געווארן. איז דאך דא א חלל. האט מען אבער היינט דעם שבועות אנגעפילט מיט נייע מצוות אז דער מצוה פון די חמץ’דיגע שתי הלחם איז א שפילעכל קעגן זיי. מיר האבן א בלומען מצווה, א תיקון ליל שבועות מצווה, א ספעציעלער מיסטעריעזער טבילה מצווה פארטאגס פאר מאנסבילן און ביי די מיט אפעטיט צו פרישות —אויך א תענית דיבור מצוה.

אנדערע מאכן א גאנץ בראטל פונעם אהבה רבה תפילה, מיטן גאנצן איינרייסן הימלען… ביי אשכנזים איז דאך דא די דערהויבענע מצווה פון אקדמות מיטן פארכטיגן סקארבאווער ניגון, און צום קלימאקס, דער מילכיגס מצווה. מיט אט די היינטיגע זאפטיגע מצוות, ווער וואלט זיך אפילו געקימערט אז דער כהן מאכט הגבה אויף צוויי מקדש ברויטן.

ביי א סך חסידים איז די גרעסטע מצווה שבועות צו פארן צום רבי’ן, זיך ווייקן אינעם הויף צוזאמען מיט א פארקער פון חסידים. אום שבועות אוונט האבן די סאטמארער א מצווה צו ליינען א שטר התנאים, א כמו שידוך פאקט צווישן דעם רבונו של עולם מיט זיינע אידעלעך. דאס טוט מען ווי קריאת המגילה, טאקע פארנאכטס אבער מיט א שבועות’דיגער אייפער.

שבועות איז די צייט פון ברעכן די גופניות’דיגקייט, מען שטופט אריין אין איין טאג וואס מען וואלט רואיג געקענט צעטיילן אויף עטליכע טעג, אבער אלעס מיט וואנזיניגן, מוראדיקן חשק, מען בא’תענוג’ט די נשמה. נעכטן ביי נאכט האט מען דאך אנטוויקלט אן אפעטיט צו זאגעריי, א גאנצער תיקון ליל שבועות, און ווארט, מען ווערט באצאלט מיט טשיז קעיק און געבראטענע רינדנפלייש… נע, נישט אלע ברויכן דאס, רוחניות פארמאגט אויך א נישט קליינער אפעטיט.

דער צווייטער טאג איז וואקאציע. אז דער ערשטער טאג ברויזט פון פארהייליגטע מנהגים, נעמט דער צווייטער טאג איין א שטילקייט, א מנוחה, נישטא קיין איסור צו שלאפן און דרימלען, נישטא קיין תענית דיבור, נישטא קיין פארטאגס טבילה, נישטא קיין סקארבאווע אקדמות, אפילו נישט קיין מילכיגע סעודה, די בלימעלעך און בלעטער וועלקן שוין, בלויז א בלאסער „יציב פתגם‟ פיוט פאר דער הפטורה האט מען איבערגעלאזט מיט עפעס צו דערפרישן דעם פאר’יתום’טן צווייטן טאג. 

קען מען אלזא אינעם צווייטן טאג, די וואס זענען זוכה צו וואוינען אין חוץ לארץ, געניסן פון ריין וואקאציע, מען גייט צו נאכטס אין שיל נישט מיט אזא ערנסטער פנים ווי נעכטן, עס איז קענטיג אויפן שטריימל, ער איז לויזער אויפן קאפ, מען זיצט ביי די סעודה אנעם תיקון זאגערל, אן דער נעכטיגער פרישות’דיגקייט, מען כאפט נישט, מען יאגט זיך נישט, מען קען רעדן, וואס עס קומט אויפן צינג, מען קען רואיג צוקלעפן די אויגן אן פחד, דרימלען צום פולן תענוג, אפילו אריין אין בעט, זיך צודעקן אינגאנצן און שלאפן וויפיל עס גלוסט. 

צו מארגנס זעצט מען זיך אין שיל אויסגעשלאפן ווי אויפן דעק פון א לוסט שיף, נישטא קיין עשרת הדברות רעש, קיין שטייענדיגער מעשה מרכבה הפטורה (די וויזיע פֿון יחזקאל הנביא), מען קען שמועסן ווי יעדן שבת אפילו אינמיטן קריאת התורה, און אז מען קומט אין שטוב גייט מען תיכף צו קרוכלע („קריספּי‟) חלה און בשר בהמה. 

נו, איז דאך אין דעם פרייען טאג דא פלאץ אין קאפ אביסל צו דערמאנען דעם בעפאר מילכיגס הויפט שבועות זאך, די שתי הלחם פון אמאל אמאל, אבער ניין, קרישקעלעך מנהגים זענען נאך געבליבן פארן אויסגעשלאפענעם צווייטן טאג. יעצט דערציילט מען סיפורים נפלאות וועגן בארג סיני, וועגן דוד המלך, דער בעל שם טוב, און דער גר פאטאצקי. זייערע יארצייטן פאלן אויס אום שבועות. איז מען א באבעווער זינגט מען אזי בשלישי מיט בריך שמיא. אזא יוצר! דאס אויסזאגן דוד’ס תהילים איז נאך א פאסיגער אקטיוויטעט, און ביי בני תורה איז דאך נישטא קיין פאסיגערער צייט צו שטייגן און ארומ’תורה’ען. 

זיצט שבועות’נס אריגינעלע מצווה, די שתי הלחם, נעבעך אפגעזונדערט, אין גאנצן ארויס פון בילד. ווער ווייסט, אפשר וועט נאך קומען א טאג און מען וועט אים דערמאנען ברבים נאכן קריאת שטר התנאים, צי ביים קרעפל פשעטל, אדער אפשר גאר ביים הערן דעם שבועות’דיגן סיפור פונעם גר, גראף פאטאצקי.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.