ווידעאָ: „דער רבי און די לאָקשן“ — אַ פֿאָלקס־מעשׂה דערציילט פֿון הרבֿ יעקבֿ לידערWATCH: “The Rebbe and the Noodles’’ – a folktale told by Rabbi Yaakov Lieder
פֿאַר וואָס שיט דער רבי לאָקשן אויפֿן קאָפּ? און וואָס לערנט דאָס אונדז וועגן הכנסת אורחים?
כאָטש ייִדן רופֿט מען דעם עם־הספֿר, זענען די מעשׂיות וואָס מע דערציילט בעל־פּה שוין פֿון קדמונים אָן אַן עיקרדיקער טייל פֿון אונדזער טראַדיציע. די ייִדישע ווערטן און מידות האָבן קינדער דור־דורות זיך אײַנגעזאַפּט פֿון די משלים, וואָס גיבן תּמיד איבער אַ מוסר־השׂכּל.
די ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות הערט מען עד־היום אויף דער חסידישער גאַס. קינדער אין חדר הערן זיך צו צום מלמד, ווי אויך צו רעקאָרדירונגען פֿון פּאָפּולערע רבנים, מלמדים, מנהלים און מגידים פֿון פֿאַרגאַנגענע דורות. אין די ספֿרים־געשעפֿטן אין באָראָ־פּאַרק און וויליאַמסבורג קען מען נאָך אַלץ גרינג געפֿינען רעקאָרדירונגען פֿון די 1950ער־1980ער יאָרן, אין וועלכע ייִדן דערציילן די פֿאָלקס־מעשׂיות, וואָס זיי געדענקען פֿון דער אַלטער היים. צוזאַמען מיט די אַלטע רעקאָרדירונגען האַלט מען אין איין אַרויסלאָזן נײַע, ניט בלויז מיט קלאַנג, נאָר אויך מיט ווידעאָ.
לעצטנס האָט דער חב׳׳ד־רבֿ יעקבֿ לידער אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער דערציילט אויף ייִדיש אַ פֿאָלקס־מעשׂה וועגן אַ רבֿ, וואָס לערנט די ייִדן אין אַ שטעטל וועגן דער וויכטיקייט פֿון הכנסת אורחים דורכן שיטן לאָקשן אויפֿן קאָפּ. ווי אַזוי? הערט און האָט הנאה!
הרבֿ לידער איז אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל און איז שוין לאַנגע יאָר אַ באַקאַנטער רעדנער און לערער אין אויסטראַליע. אַחוץ דעם ייִדישן ווידעאָ, האָט ער אויך אַרויסגעלאָזט נוסחאָות פֿון דער מעשׂה אויף ענגליש און העברעיִש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO