Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אינטערנאַציאָנאַלער אָנלײַן־ספּעקטאַקל אָפּצומערקן שלום־עליכמס יאָרצײַטInternational online spectacle to mark Sholem Aleichem’s yortsayt

עס וועלן אָנטייל נעמען זינגער און אַקטיאָרן פֿון אַמעריקע, ישׂראל, בראַזיל און יאַפּאַן.

שלום ראַבינאָוויטש איז שוין 104 יאָר אויף יענער וועלט אָבער ס׳איז ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז זײַן ליטעראַרישע פּערסאָנאַ שלום־עליכם לעבט עד־היום. ווי ראַבינאָוויטש האָט געבעטן אין זײַן צוואה, וועלן ייִדן אַרום דער וועלט דעם זונטיק זיך פֿאַרזאַמלען אויף זײַן יאָרצײַט כּדי צו געניסן פֿון זײַנע שריפֿטן און לאַכן.

וואָס וואָלט דער גרויסער שרײַבער, למשל, וואָס האָט מיט זײַן שאַרפֿן הומאָר געמאַכט צו שפּאָט אַפֿילו די כאָלערע, געשריבן וועגן אונדזערע איצטיקע באַדינגונען?

נאָך דעם וואָס מע וואָלט אים דערקלערט וואָס עס איז אַזוינס אַ קאָמפּיוטער און ווי אַזוי עס אַרבעט די נײַע מאַכערײַקע „זום“, וואָלט ער געווען צופֿרידן צו וויסן, אַז אַקטיאָרן און זינגער אין ישׂראל, אַמעריקע, קאַנאַדע, בראַזיל און אַפֿילו יאַפּאַן טרעטן אויף צוזאַמען אין איין ספּעקטאַקל לכּבֿוד אים. און אין גאַנצן אויף ייִדיש דערצו!

אין דער פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר דעם 24סטן מײַ, 2 אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, און ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“, וועלן אויפֿטרעטן די אַקטיאָרן און זינגער מײַק בורשטיין און עלינאָר ריסאַ צוזאַמען מיט דער ערשטער דאַמע פֿון דער ישׂראלדיקער בינע — ליאַ קעניג. עס וועט זיך אויך באַטייליקן אַן אינטערנאַציאָנאַלע חבֿרה אַרטיסטן, אַרײַנגערעכנט מענדי כּהנא (תּל־אָבֿיבֿ), אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון דאָרע וואַסערמאַן (מאָנטרעאָל), עליסאַ גריי און טאָמי קאַלינסקי (מעלבורן), מיוואַ קאָגורע און וואַטאַרו אַקומאַ (טאָקיאָ), קיילי דזשאָ־לעווי (קייפּטאַון), סאַשע לוריא (בערלין), מרים חיה־סגל, זיסל סלעפּאָוויטש און יעלענע שמואלענסאָן (ניו־יאָרק), און די קאַפּעליע „לעבן פֿאַר ייִדיש“ (ריאָ דע זשאַנעראָ).

. מע וועט קענען זען די פּראָגראַם דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.