ייִדישע פּאָעטעסעס עקזיסטירן בײַ אונדז שוין מער ווי 3,000 יאָרOver three millennia of female Jewish poets
דאָס ווײַב פֿון דונש בן לברט, דער פּייטן וואָס האָט אינעם 10טן יאָרהונדערט געשאַפֿן דעם שבתדיקן זמר „דרור יקרא‟, האָט געשריבן אייגענע לידער.
די וואָך הייבן מיר אָן לייענען אַ גאַנצע סעריע תּורה־פּרשיות מיט חשבונות פֿון ייִדישע מענער, וואָס רופֿן אַרויס אַ קריוודע־געפֿיל בײַם הײַנטיקן לייענער: עס באַקומט זיך, אַז פֿרויען ווערן אין גאַנצן אינגנאָרירט.
דעם אמת געזאָגט, איגנאָרירן די תּורה־חשבונות אויך אַלע ייִגנלעך און יונגע־לײַט ביז 20 יאָר, ווי אויך עלטערע מענער נאָך 60. די סיבה ווערט דערקלערט גאַנץ פּשוט און קלאָר: אינעם חשבון זענען אַרײַן נאָר די פּאָטענציעלע מיליטערלײַט. פֿון דעסט וועגן, מוז מען אָנערקענען דעם פֿאַקט, אַז ביז לעצטנס איז די ייִדישע ליטעראַטור געווען כּמעט אָן אויסנאַם אַ מענערישע אונטערנעמונג.
די טאָג־טעגלעכע ייִדישע קולטור — לכל־הפּחות, אין מיזרח־אייראָפּע — שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געמיש פֿון פּאַטריאַרכאַלע און מאַטריאַרכאַלע עלעמענטן. פֿרויען זענען פֿון דור צו דור געווען די עירקדיקע היטערינס פֿון פֿאָלק־מינהגים און משפּחה־טראַדיציעס. אין דער פֿריִיִקער שריפֿטלעכער געשיכטע פֿון ייִדישקייט, אַזוי ווי אין די ערשטע פּרשיות פֿונעם חומש „במדבר‟, פֿיגורירן אָבער כּמעט אויסשליסלעך מענער.
אין 1999 האָט „אונעסקאָ‟ דערקלערט דעם 21סטן מאַרץ פֿאַרן אינטערנאַציאָנעלן טאָג פֿון פּאָעזיע. ווי באַלד דער 8טער מאַרץ איז אין אַ סך לענדער באַקאַנט ווי דער פֿרויען־טאָג, קומען יעדעס יאָר פֿאָר פֿאַרשיידענע פֿרילינג־אונטערנעמונגען אין שײַכות מיט פּאָעזיע און פֿרויען. למשל, אויף דער וועבזײַט Yourstory.com איז נישט לאַנג צוריק דערשינען אַן אַרטיקל וועגן פֿינף גרויסע אינדישע פּאָעטעסעס. אין דער געשיכטע פֿון אינדיע איז עס נישט קיין חידוש. אויף דער טאַמילער שפּראַך האָט אַ געוויסע פּאָעטעסע מיטן צונאָמען אַוואַיִיאַר, וואָס מיינט „אַן איידעלע פֿרוי‟, געשריבן לידער נאָך מיט איבער 2,200 יאָר צוריק.
צי האָבן מיר וואָס צו דערציילן וועגן אוראַלטע ייִדישע פּאָעטעסעס? יאָ, אָנהייבנדיק פֿון דער תּורה אַליין!
ווי באַקאַנט, האָט מרים הנבֿיאה אויפֿגעזונגען אַן אייגן ליד, צוזאַמען מיט אַלע ייִדישע פֿרויען, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים. אינעם חומש חזרט זי איבער משה רבינוס ווערטער, אָבער פֿאַרשיידענע מפֿרשים דערקלערן, אַז איר ליד האָט געהאַט אַ באַזונדערע ווערט אינעם רוחניותדיק־מוזיקאַלישן זין.
פֿון דבֿורה הנבֿיאה איז פֿאַרבליבן אינעם תּנ״כישן ספֿר־שופֿטים אַ גענוג גרויס ליד אָדער אַ קליינער ציקל פֿון דרײַ לידער. אַ ריי פֿאָרשער באַמערקן, אַז איר ווערק קאָן מען פֿאַרגלײַכן מיט געוויסע מוסטערן פֿון דער אַלט־מיצרישער און אַקאַדישער פּאָעזיע. דאָס איז, אַוודאי, נישט קיין חסרון, נאָר אַ מעלה: ווײַזט אויס, אַז די דאָזיקע פֿרוי, וועלכער האָט אין איר דור אָנגערפֿירט מיטן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, איז געווען גוט באַקאַנט מיט די פּאָעטישע סטילן פֿון דער אַרומיקער וועלט אין איר תּקופֿה.
ס׳איז פֿאַרבליבן אַ גאַנצע זאַמלונג אַלט־גריכישע פּאָעטישע כּמו־נבֿואות, באַקאַנט ווי די „סיבילישע אָראַקולן‟, פֿון כּמעט 2,000 יאָר צוריק. אַן אָראַקול איז געווען אַ פֿרוי, וואָס האָט געדינט ווי אַ גלחטע און כּמו־נבֿיאה בײַ די גריכישע אָפּגעטער. לויט די אוראַלטע קריסטלעכע קוואַלן, איז אַ געוויסע ייִדישע פֿרוי מיטן נאָמען סבא — „באָבע‟ אויף אַראַמיש — אויך געווען פֿאַררעכנט ווי אַן אָראָקול. אין די „סיבילישע אָראַקולן‟ שטעקט טאַקע אַ בולטער ייִדישער עלעמענט. צום באַדויערן, ווייסן מיר נישט, ווער ס׳זענען געווען די מחברים אָדער מחברטעס פֿון דער דאָזיקער גאָר אינטערעסאַנטער און מיסטעריעזער זאַמלונג.
די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז אַ געוויסע פֿרוי מיטן נאָמען שׂרה, וואָס האָט זיך, ווי עס זעט אויס, באַטייליקט אינעם קאַמף קעגן דעם אופֿקום פֿון איסלאַם אין תּימן אינעם 7טן יאָרהונדערט און איבערגעלאָזט וועגן דעם אַ ליד, איז געווען אַ ייִדישע.
דאָס ווײַב פֿונעם באַרימטן בערבעריש־ספֿרדישן פּייטן דונש בן לברט, וועלכער האָט געוווינט אינעם 10טן יאָרהונדערט אין שפּאַניע און בלײַבט באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון דער שבתדיקער זמירה „דרור יקרא‟, האָט געשריבן אייגענע לידער. איינס פֿון אירע ווערק האָט מען אַנטדעקט אין דער קאַיִרער גניזה. שפּעטער, אינעם 11טן־12טן יאָרהונדערט, האָט אין שפּאַניע געלעבט די ייִדישע אַראַביש־שפּראַכיקע פּאָעטעסע קסמונה (קאַסמונאַ). בסך־הכּל, זענען פֿון איר פֿאַרבליבן דרײַ לידער.
באַקומט זיך, אַז הגם אין די אַמאָליקע תּקופֿות האָבן ייִדן נישט אַרײַנגענומען די פֿרויען אין די אָפֿיציעלע חשבונות, האָבן זיי פֿאָרט געשפּילט וויכטיקע ראָלעס אינעם גײַסטיקן לעבן — אַרײַנגערעכנט פּאָעזיע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO