ווידעאָ: „קע סעראַ סעראַ“ געזונגען אויף ייִדיש דורך דייוו קאַשWATCH: “Que Sera Sera’’ sung in Yiddish by Dave Cash
דייוו קאַש זינגט אַ ייִדישן נוסח פֿונעם ליד וואָס דאָריס דיי האָט באַרימט געמאַכט — ”קע סעראַ סעראַ“.
שוין נאָך פֿאַר די צײַטן פֿון שייקספּייר הערט מען אויף ענגליש אַ מאָדנעם אויסדרוק „קע סעראַ סעראַ“, וואָס מיינט אַן ערך „וואָס וועט זײַן, וועט זײַן“. כאָטש עס קלינגט ווי שפּאַניש, איז עס אומגראַמאַטיש אויף דער שפּראַך פֿון סערוואַנטעס און נערודאַ און קיינער ווייסט ניט באמת, ווי אַזוי אַזאַ כּמו־שפּאַנישע פֿראַזע איז אַרײַן אין ענגליש. (אַזאַ אויסדרוק האָט בכלל ניט עקסיסטירט אויף שפּאַניש צי איטאַליעניש ביז מע האָט עס אויסגעטראַכט אויף ענגליש).
די פֿראַזע איז געוואָרן זייער באַרימט אַרום דער וועלט אין 1956, ווען די אַקטריסע דאָריס דיי האָט געזונגען דאָס ליד „קע סעראַ סעראַ“ אין אַלפֿרעד היטשקאָקס פֿילם ”דער מענטש וואָס האָט צו פֿיל געוווּסט“. דאָס ליד, פֿון דזשיי ליווינגסטאָן און ריי עווענס (דרך־אגבֿ, צוויי ייִדישע מחברים פֿון פּאָפּולערע לידער, וואָס האָבן צוזאַמען אויך געשאַפֿן עטלעכע באַקאַנטע ניטללידער), איז געוואָרן אַ שלאַגער אין אַמעריקע, ענגלאַנד און אויסטראַליע. באַלד האָט מען עס איבערגעזעצט אויף צענדליקער שפּראַכן, ייִדיש בתוכם.
דער באַקאַנטסטער נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש האָט רעקאָרדירט דער זינגער דייוו קאַש אין די 1960ער יאָרן. דער שיין באַפּוצער ייִדישער זינגער און אייגנטימער פֿון אַ קאַבאַרעט מיטן וואַזשנעם נאָמען Chez Dave Cash איז אויפֿגעוואַקסן אין לעמבעריק, וווּ ער האָט לכתּחילה געהייסן לודוויק סלאָמניקער. אַ קאַבאַרעט־שטערן אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה, איז עס אים און זײַן פֿרוי, די טענצערין און זינגערין, יאַדוויגאַ פּאָדצאָלסקאַ, געלונגען צו אַנטלויפֿן קיין רוסלאַנד האַרט פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע. נאָך אַ יאָר אין חיפֿה איז דאָס פּאָרל געפֿאָרן קיין פּאַריז, וווּ זיי האָבן אין 1960 געקויפֿט אַ נאַכטלאָקאַל און אים פֿאַרוואַנדלט אינעם Chez Dave Cash, אַן אוניקאַלער קאַבאַרעט וואָס האָט געלייגט דעם טראָפּ אויף ייִדיש־שפּראַכיקע לידער און קאָמעדיע. אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם וועגן קאַש און זײַן קאַבאַרעט פֿונעם „אייראָפּעיִשן אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער מוזיק“ אויף פֿראַנצייזיש קען מען הערן דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO