Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: „דער סוף פֿונעם ליד“ — אַ קאָראָנאַ־ווירוס־ליד פֿון דײַטשלאַנדWATCH: “The End of the Song’’ – Yiddish coronavirus song from Germany

אין זייער נײַעם ליד, באַשולדיקט דער דועט „שמאַראַװאָזניק“ דעם קאַפּיטאַליזם אין דער פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.

כּדי צו הערן דאָס ליד, קוועטש דאָ.

שוין פֿון קדמונים אָן קומען פֿאָר פּלאָגן און מגפֿות אויף דער וועלט. נאָר אַ סך פֿאָרשער האַלטן, אַז דווקא די אינדוסטריאַליזאַציע פֿון 19טן יאָרהונדערט האָט פֿאַרערגערט דעם מצבֿ און אַז געוויסע קראַנקייטן האָבן זיך אַנטוויקלט דווקא, צום טייל, ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם מאָדערנעם קאַפּיטאַליזם. אויף אַן ענלעכן געדאַנקען־גאַנג באַשולדיקן אַ סך עפּידעמעאָלאָגן די קלימאַט־ענדערונג אינעם פֿאַרשפּרייטן קרענק איבער דער וועלט, טענהנדיק אַז אינסעקטן פֿון טראָפּישע לענדער ברענגען מיט זיך דעם ”מערבֿ־ניל־ווירוס“ און ענלעכע טראָפּישע קראַנקייטן אין אַנדערע קלימאַט־זאָנעס, וואָס זענען הײַנט געוואָרן אַ סך וואַרעמער.

אַן ענלעכער געדאַנק הערט מען אינעם נײַעם ליד „דער סוף פֿונעם ליד“ פֿונעם דײַטשישן קלעזמער־דועט „שמאַראַװאָזניק“. דער דועט, וואָס באַשטייט פֿון קריסטינע פֿאָן בועלאָ און מאַרטין קוועטשע, שאַפֿט שוין 20 יאָר לאַנג מוזיק צו באַגלייטן ייִדישע לידער. לעצטנס האָט דער דועט אַרויסגעלאָזט אַן אָריגינעל ליד אויף ייִדיש וועגן דעם „קאָראָנאַ־ווירוס“, וואָס טענהט אַז די מגפֿה איז, צום טייל, אַ רעזולטאַט פֿון דער אינדוסטריאַליזאַציע, און שטעלט די פֿראַגע, „צי איז עס דען אַ וווּנדער / וואָס די ערד דערלאַנגט אויף צוריק?“

אויף אַ גײַסטיקן ניוואָ — ווען מע באַטראַכט די סבֿיבֿה־ענינים ווי אַ מין רעליגיע און האַלט אַז די ערד האָט טאַקע אַ נשמה און אַז די ערד קען, אַזוי ווי אַ בייזער גאָט, אונדז חלילה שטראָפֿן פֿאַר אונדזערע זינד, לייגט זיך אַזאַ צוגאַנג אויפֿן שׂכל. (כאָטש אַן אָנהענגער פֿון אַזאַ געדאַנקען־גאַנג בין איך דווקא ניט). פֿון אַ ריין וויסנשאַפֿטלעכן שטאַנדפּונקט בין איך ווײַט אָבער ניט אַזוי זיכער.

אַזוי צי אַזוי, דאַרף מען שטענדיק בײַם דערמאָנען אַזאַ קריטיק אונטערשטרײַכן, אַז די יחידים וואָס לײַדן פֿונעם ווירוס זענען אַוודאי ניט שולדיק אין דעם. אַזוי ווי אַ סך פּראָבלעמען אויף דער וועלט, לײַדן דווקא די יחידים פֿון די פּראָבלעמען וואָס ווערן געשאַפֿן דורכן כּלל. אין דעם פֿאַל, אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע, זענען די אָרעמעסטע צווישן אונדז, די וואָס קענען זיך ניט פֿאַרגינען צו גיין צו דער אַרבעט אין פֿאַבריק, די וואָס זענען אויסגעשטעלט צום מערסטנס צום געפֿאַר, בעת די וואָס פֿאַרמאָגן די זעלביקע פֿאַברריקן קענען זיך באַהיטן פֿון דער קרענק בײַ זיך אין דער היים.

אָט איז דער טעקסט פֿון ליד:

דער סוף פֿונעם ליד

אין צװײ טױזנט צװאַנציק
אַ מגפֿה איז געװען
נישט פֿון דער העלער הױט
אָט װאָס עס איז געשען:

אַלץ גרעסער די פֿאַבריקן
װאָס פֿאַרשפּרײטן דעם סם
אין הױט און בײן און בלוטן
אין לופֿט און ערד און ים.

רעפֿרען:

צי איז עס דען אַ װוּנדער
װאָס די ערד דערלאַנגט אױף צוריק?
ס’װעט קײן מאָל ניט זײַן
דער סוף פֿונעם ליד

אַלץ גיכער די אױטאָס,
אַהין און צוריק,
קײן ערד ניט אָן אַספֿאַלט,
קײן ריטשקע אָן אַ בריק.

אַלץ מערער די מענטשן
אױפֿן נערבאָדן געלט,
װי אַרבעטער סאָלדאַטן
צו פאַרשקלאַפֿן די װעלט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version