ווידעאָ: אינטערנאַציאָנאַלער קאָנצערט פֿון ייִדישע אַרבעטער־לידער אָנלײַןWATCH: International concert of Yiddish workers’ songs online
דער אַרבעטער־רינג האָט אָפּגעמערקט דעם 1טן מײַ מיט אַ קאָנצערט פֿון אַ טוץ זינגער, וואָס האָבן אויפֿגעפֿירט די ווערק פֿון באַרימטע ייִדישע פּאָעטן.
אַפֿילו פֿאַר דער קאָראָנאַ־ווירוס תּקופֿה האָט דער „אַרבעטער־רינג“ געהאַלטן אין איין אָרגאַניזירן אינטערנעץ־קלאַסן און רעפֿעראַטן אויף ייִדיש, ווי אויך קלאַסן וואָס טרעפֿן זיך פּנים־אַל־פּנים אין זײַן לאָקאַל אין מאַנהעטן. אויף די ניו־יאָרקער גאַסן איז די אָרגאַניזאַציע אָבער שוין לאַנגע יאָרן בעסער באַקאַנט פֿאַר איר פּאָליטישן אַקטיוויזים לטובֿת די רעכט פֿון אַרבעטער, איידער פֿאַרן אַראַנזשירן עפֿנטלעכע פּראָגראַמען געווידמעט דער ייִדישער קולטור.
לעצטנס האָבן דער אָרגאַניזאַציעס צוויי הויפּט־געביטן זיך שיין צונויפֿגעגאָסן אויף אַ זום־קאָנצערט לכּבֿוד דעם ערשטן מײַ. די פּראָגראַם „ירושה“ איז באַשטאַנען פֿון ייִדישע לידער וועגן אַרבעטער און דעם געראַנגל פֿאַר סאָציאַלער גערעכטיקייט. עס זענען אויפֿגעטראָטן מוזיקער און זינגער אין עסטלאַנד, דײַטשלאַנד, קאַנאַדע און אַמעריקע צוזאַמען מיט פֿאָרלייענער, וואָס האָבן גערעדט וועגן די לידער אויף ייִדיש, און דערקלערט ווי אַזוי זיי שפּיגלען אָפּ דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון אַרבעטער בשעת דער איצטיקער מגפֿה.
צווישן די מוזיקער זענען געווען דניאל קאַהן, סוועטלאַנאַ קונדיש, טימור פֿישל, פּסוי קאָרעלענקאָ, סינדי פּיילי, עלינאָר ביזונסקי, שׂרה־מינע גאָרדאָן, זשעניע לאָפּאַטניק, זיסל סלעפּאָוויטש, טערעסע תּובֿה, דבֿורה שטראַוס, דזשעף וואַרשאַוער און פּאַטריק פֿאַרעל. מע האָט געזונגען לידער פֿון דוד עדעלשטאַט, אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי, מאָריס ראָזענפֿעלד, משה־לייב האַלפּערן, מרדכי געבירטיג, מאָריס ווינטשעווסקי, שמערקע קאַטשערגינסקי און ש. אַנ־סקי.
דעם גאַנצן קאָנצערט קען מען שוין זען אויף יוטוב.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO