מוזיק־ווידעאָ שפּיגלט אָפּ דעם קאָראָנאַ־ווירוס־מצבֿ אין ירושליםMusic video reflects coronavirus impact in Jerusalem
זאַנוויל ווײַנבערגער און דער מלכות־כאָר פֿירן אויף אַן אַקאַפּעלאַ נוסח פֿון יוסי גרינס „עוד ישבֿו“ וואָס איז פּאַסיק פֿאַר די זיבן וואָכן.
עס זענען שוין אַרויס אַ טוץ חסידישע מוזיק־ווידעאָס וואָס שפּיגלען אָפּ דעם מצבֿ אויף די ברוקלינער גאַסן בשעת דער קאָראָנאַ־ווירוס־מגפֿה. לעצטנס איז אין ישׂראל אַרויס אַ שיינער מוזיק־ווידעאָ, וואָס שילדערט דעם מצבֿ אין ירושלים. דאָס ליד, אַן אַקאַפּעלאַ־נוסח פֿון יוסי גרינס „עוד ישבֿנו“ געזונגען דורך זאַנוויל ווײַנבערגער און דער מלכות־כאָר, שילדערט צוויי היפּוכדיקע מינים בילדער: פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ייִדן וואָס טראָגן מאַסקעס און באַשפּריצן בנינים מיט דיסאינפֿיצירעכץ, כּדי צו פֿאַרטיליקן דעם ווירוס, און ווידעאָס וואָס ווײַזן ווי דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער, ניט געקוקט אויף דעם אַלעם. מע דאַוונט, מע קעמט די פּאות בײַ די זין און מע שפּילט זיך מיט די עופֿלעך.
אין מיטן פֿונעם ליד גיט זאַנוויל ווײַנבערגער עטלעכע געגראַמטע ווערטער אויף ייִדיש, כּדי צו געבן חיזוק די ייִדן בשעת די שווערע צײַטן. צוליב די זיבן וואָכן, ווען פֿרומע ייִדן טאָרן ניט הערן ווי מע שפּילט אינסטרומענטן, איז דאָס גאַנצע ליד געזונגען אַקאַפּעלאַ. קיין חסרון איז דאָס אָבער ניט; דער כאָר קען מיט זײַנע זינגער זינגען אַלע האַרמאָניעס, וואָס עס וואָלט געשפּילט אַ גאַנצער אָרקעסטער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO