Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„וויפֿל יאָרן האָב איך נאָך?“ (נאָטיצן פֿון אַ ייִדישער שדכנטע)“How many years do I have left?” (Notes from a Jewish matchmaker)

אַ געגטער ייִד, אַן אָפּגעפֿרעמדטער פֿון די קינדער און אייניקלעך, הייבט אָן פֿאַרלירן די האָפֿענונג אַז ער וועט נאָך געפֿינען זײַן באַשערטע.

„וויפֿל יאָר האָב איך נאָך?‟ זאָגט צו מיר חיים בעת אונדזער טעלעפֿאָנישן שמועס. „צום מערסטן, צען יאָר! אין מײַן משפּחה ווען מע זאָגט ׳ביז הונדערט און צוואָנציק׳ מיינט מען: הלוואַי ביז זיבעציק! אָבער נישט דאָס בין איך אויסן. כ׳וואָלט די לעצטע יאָרן געוואָלט, איידער כ׳רוק זיך אָפּ פֿון טיש, אַזוי צו זאָגן, נישט זײַן אַליין. דעם אמת געזאָגט האָב איך מורא צו זײַן אַליין אויף דער עלטער. ווער וויל דען זײַן אַליין? אַ שטיין זאָל זײַן אַליין.“

אַזוי האָט זיך חיים פֿאַר מיר באַקלאָגט. נישט קיין „העלאָ“, נישט קיין „וואָס מאַכסטו, חנה־פֿײַגל?“ דאָס איז זײַן מהות. צו וואָס ער נעמט זיך, שפּרינגט ער אַרײַן מיט ביידע פֿיס און ווען ער קוקט זיך סוף־כּל־סוף אַרום זעט ער אַ מאָל אַז ער געפֿינט זיך ווידער טיף אין אַ בלאָטע, און יעדעס מאָל איז דאָס פֿאַר אים אַ שאָק. ער קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין ווי דאָס רעדל האָט זיך אַזוי גיך געגעבן אַ דריי.

איז וואָס טוט ער? קלינגט ער מיר. נו, כ׳האָב געוווּסט, אַז ער וועט זיך וועגן עפּעס באַקלאָגן ווען כ׳האָב געזען אַז ער איז עס וואָס קלינגט מיר צען אַ זייגער אויף דער נאַכט. כ׳האָב פּשוט נישט געוואָלט מיט אים רעדן אַזוי שפּעט. ווי עס איז נעמט עס מיר אַ לאַנגע צײַט אײַנצושלאָפֿן און ס׳רובֿ מאָל האָבן זײַנע דראַמעס צו טאָן מיט עפּעס אַ ליבע־פּלאָנטער. זײַנע געשעפֿטן גייען אים, אַ דאַנק דעם אייבערשטן, גוט אָבער מיט זײַנע צוויי דערוואַקסענע קינדער און זייערע קינדער, זײַנע אייניקלעך, האָט ער ווייניק צו טאָן. „ווען זיי דאַרפֿן האָבן געלט וועל איך פֿון זיי הערן,“ האָט ער מיר שוין עטלעכע מאָל געזאָגט. האָב איך מער ווייניקער געוווּסט… דאָס הייסט, כ׳בין געווען נײַנציק פּראָצענט זיכער, אַז ער קלינגט מיר וועגן אַ נײַעם האַרצווייטיק. ווען כ׳וואָלט געוווּסט אַז ער פֿאַרלאַנגט בײַ מיר בלויז אַ יאָ אָדער אַ ניין וואָלט איך גערן גערעדט מיט אים, אָבער מיט חיימען ווייס איך אַז ער וועט מיך דרייען אַ ספּאָדיק ביז דרײַ אַ זייגער פֿאַרטאָג און איך וואָלט נישט אים און נישט זיך קיין טובֿה געטאָן ווען איך רעד מיט אים יעצט.

זײַן קול איז געווען אַ ביסל פֿאַרוויינט און אַ ביסל טיפֿער ווי איך געדענק, אַ ביסל גרילציק. אפֿשר פֿון רייכערן? איך געדענק נישט אַז ער זאָל רײכערן, אָבער בורבאָן טרינקען אַליין, שפּעט בײַ נאַכט, דאָס געדענק איך יאָ. ווען ער פֿלעגט מיר אַ מאָל אָנקלינגען שפּעטלעך האָט זיך מיר געדאַכט אַז איך הער ווי די אײַז־קוביקלעך טשאָקען אין זײַן גלאָז. נאָר נישט דאָס בין איך אויסן.

כ׳וועל אים קלינגען מאָרגן נאָך מיטאָג, האָב איך באַשלאָסן, ווען כ׳וועל צו אים האָבן געדולד און אפֿשר אים טאַקע קענען העלפֿן, אים געבן אַן עצה אָדער נאָר אַ געלעגנהייט זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן. און דעם ריינען אמת איז אַז איך וויל טאַקע הערן וואָס ס׳גייט אָן מיט אים, ווײַל ס׳איז שוין מער ווי אַ יאָר זינט ער האָט זיך מיט מיר אַן עצה געהאַלטן און איך בין נײַגעריק צו וויסן וואָס די מעשׂה איז מיט אים וואָס ער טראַכט שוין וועגן יענער וועלט… „וויפֿל יאָר האָב איך נאָך?“

חיים איז אפֿשר דער איינציקער מאַן וואָס איך קען, וואָס איז אַ באַרעדעוודיקער און וואָס האָט געוויינטלעך אינטערעסאַנטע מעשׂיות צו דערציילן. איז גוט מיינט איר?

חיים איז אַ דאָקטער, אַ ספּעציעליסט אין בלוטראַק, פּו, פּו, פּו, אָפּגעהיט זאָל מען ווערן, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט. נאָר ער אַרבעט נישט צו פֿיל מיט מענטשן. צום מערסטנס אַרבעט ער אין אַ לאַבאָראַטאָריע מיט בלוט פֿון קראָקאָדילן און אַליגאַטאָרס, ווײַל, זייער טשיקאַווע איז, אַז זיי זענען איינע פֿון די זעלטענע חיות אויף דער וועלט וואָס באַקומען קיין מאָל נישט קיין ראַק. און ווען וויסנשאַפֿטלעכער פּרוּוון זיי קראַנק מאַכן מיט יענער מחלה קענען זיי דאָס נישט באַווײַזן ווײַל עפּעס אין זייער בלוט נײַטראַליזירט די גערמעס, די באַקטעריעס, צי וואָס עס זאָל נישט זײַן, וואָס פֿירן צו ראַק. די רעפּטיליעס בלײַבן געזונט ווי אײַזן ביז הונדערט יאָר צי אַפֿילו נאָך לענגער, אין זייערע פֿאַרפּעסטיקטע וואַסערן. דאָס אַלץ האָט מיר חיים שוין פֿריִער געהאַט דערציילט. איך האָב אַ סך דרך־ארץ פֿאַר זײַן אַרבעט, אָבער אַ מענטש איז מער ווי זײַן פּראָפֿעסיע.

דעם צווייטן טאָג, ווען כ׳האָב גערעדט מיט אים האָב איך אים געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס ביסטו אַזוי דערשלאָגן, חיים?“

„איך? דערשלאָגן? וואָס רעדסטו? מאַך זיך נישט נאַריש.“

„זייער פֿײַן. גוט צו הערן. איז וועגן וואָס ווילסטו מיט מיר רעדן? יעצט האָב איך צײַט.“

„אַהאַ, צײַט האָסטו, און אַ שידוך פֿאַר מיר האָסטו אויך?“

„אַ שידוך? כ׳האָב זיכער געמיינט ווען איך האָב פֿון דיר נישט געהערט אַזאַ לאַנגע צײַט אַז דו האָסט ווידער חתונה געהאַט און לעבסט שוין, אַ דאַנק דעם אייבערשטן, סוף־כּל־סוף אין נחת און פֿריידן.“

„כּמעט געטראָפֿן. חתונה געהאַט האָב איך יאָ, אָבער צופֿרידן בין איך נישט געווען.“

איך בין שטום געבליבן, און איידער איך בין געקומען צו זיך האָט ער צוגעגעבן: „יאָ. כ׳האָב איר געגעבן אַ גט. כ׳ווייס אַז דאָס וועט בײַ דיר זײַן די ערשטע פֿראַגע.“

„אוודאַי און אוודאַי! אַזוי פֿירט זיך אַן אָרענטלעכער מענטש. אַז מע מוז זיך גטן איז דאָס אַ מוזזאַך, אָבער בעסער וואָלט געווען זיך נישט גטן און לעבן גליקלעך צוזאַמען.“

„מיינסט איך פֿאַרשטיי דאָס נישט? דערפֿאַר האָב איך חתונה געהאַט — צום דריטן מאָל. אָבער… אָבער… ווי קען איך דיר דערקלערן? אפֿשר האָב איך זיך צו פֿיל געאײַלט? כ׳האָב נישט געטראָפֿן די ריכטיקע. איך בין געוואָרן אויס מענטש. ניין. איך בין מער נישט געווען דער חיים פֿון אַ מאָל… ניין…“

ביז ער האָט געקענט געפֿינען די פּאַסיקע ווערטער האָב איך געטראַכט צו זיך: ער איז נישט מער געווען דער חיים פֿון אַ מאָל? וואָלט דאָס געווען אַזאַ שלעכטע זאַך? חיים ווי איך קען אים איז עגאָיִסטיש, קאַרג און אימפּולסיוו.

„העלאָ, העלאָ! הערסט מיך?“ האָט ער מיט אַ מאָל אַרײַנגעשריגן אין טעלעפֿאָן.

„יאָ. איך בין נאָך דאָ.“

„די אונטערשטע שורה“ — האָט ער ממשיך געווען — „איז אַז יעדן טאָג האָב איך פֿאַרלוירן אַ ביסל מער צוטרוי צו מײַן ווײַב, ביז כ׳האָב שוין אָנגעהויבן זיך פֿילן ווי איך שטיי נישט אויף אַ סאָלידן באָדן. איין טאָג האָט שירה, מײַן ווײַב, מיך געפֿרעגט: „וואָס זוכסטו, חיים?‟

„’איך? וואָס זוך איך?’ האָב איך געלאַכט. ‘איך זוך די גאָלדענע פּאַווע. אָבער שפּעטער האָב איך זיך געכאַפּט אַז זי איז גערעכט. כּמעט אומבאַוווּסטזיניק האָב איך געקוקט פֿון איין זײַט צום אַנדערן, אַרויף און אַראָפּ. צום ערשט האָב איך געטראַכט אַז עפּעס איז בײַ מיר דער מער מיט די אויגן, אָבער אין האַרצן האָב איך געוווּסט אַז איך זוך אַ וועג אַרויס, אַן אַרויסגאַנג, אַ שפּאַלט דורך וועלכן צו אַנטלויפֿן… פֿון מײַן לעבן.“

„אַזוי שלעכט איז דיר געווען?“ מיט דער פֿראַגע האָב איך גענומען דאָס העקלען אין דער האַנט, זיך געמאַכט באַקוועם און אים געפֿרעגט: „חיים, פֿון וואָס האָסטו געוואָלט אַנטלויפֿן?“

ער איז געווען אַ ביסל צערודערט אָבער האָט מיר דערציילט די מעשׂה:

„כ׳האָב די פֿרוי נישט לאַנג געקענט פֿאַר דער חתונה, אפֿשר צוויי חדשים, אפֿשר נישט אַפֿילו קיין גאַנצע צוויי חדשים. אָבער איר לעבעדיקייט, איר חנעוודיק מיידליש געלעכטער, איר וואַרעמקייט, איר צוגעלאָזנקייט… אַלץ איז מיר זייער געפֿעלן געוואָרן. ווען זי האָט נאָר געקענט האָט זי זיך צו מיר צוגעטוליעט. זי האָט געהאַט אַן אייגן הויז, און ווען, קוקנדיק מיר גלײַך אין די אויגן, האָט זי געפֿרעגט צי זי זאָל פֿאַרקויפֿן דאָס הויז, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז זי איז גרייט מיט מיר חתונה צו האָבן. איך האָב געמיינט אַז זי האָט מיך ליב און וועט מיר זײַן געטרײַ. געטרײַ איז זי געווען אָבער אַ ביסל צו פֿיל קאָמאַנדעוועט.‟

כ׳האָב אים אויסגעהערט און זיך צוריקגעהאַלטן פֿון אים איבערהאַקן מיט פֿראַגעס. כאָטש כ׳האָב געהאַט אַ סך אים צו פֿרעגן, האָב איך אים נאָר געפֿרעגט פֿאַר וואָס ער איז געווען אומצופֿרידן.

„פֿאַר וואָס?“ האָט ער זיך צעשריגן. „ווײַל פֿאַר דער חתונה איז אַלץ געווען גוט און ווויל און באַלד נאָך די קושוואָכן איז זי געוואָרן אַ ווילדע מכשפֿה! זי האָט געוווּסט פֿון פֿריִער ווי מײַן הויז זעט אויס, וויפֿל צימערן עס האָט, וואָסער מעבל איך באַזיץ, און זי האָט גאָרנישט קריטיקירט. האָב איך געמיינט, אַז אַלץ געפֿעלט איר.

ווען די צוויי גרויסע אָנגעפּאַקטע משׂה־אויטאָס מיט איר מעבל און אירע קליידער האָבן זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר מײַן הויז און עטלעכע שטאַרקע אַרבעטער האָבן אָנגעהויבן אַרויסטראָגן מײַנע זאַכן בין איך נישט געווען אין דער היים. איך בין אָנגעקומען אין מיטן דערינען און זיי געפֿרעגט וואָס זיי טוען און ווער האָט זיי אַרײַנגעלאָזט. האָט דער פֿאָרמאַן מיך אָנגעקוקט און מיך געפֿרעגט ווער איך בין.

„דאָס איז מײַן הויז!“

„און ווער איז זי?“ פֿרעגט ער און טײַטלט מיט זײַן גאָמבע אויף מײַן ווײַב, בשעת ער האַלט אַ בענקל אין דער האַנט.

ווען איך וואָלט נישט צוריקגעקומען אין צײַט וואָלט מיר גאָרנישט געבליבן אַ חוץ די אונטערוועש. כ׳האָב געפֿאָכעט מיט ביידע הענט אין דער לופֿטן און צו זיי געשריגן: ‘הערט אויף! הערט אויף! דאָס איז מײַן שרײַבטיש. דאָס איז מײַן בענקל!’ מ׳האָט מיך אָנגעקוקט ווי כ׳וואָלט געווען אַ פֿרעמד באַשעפֿעניש און ווידער געטײַטלט אויף מײַן כּלה: „די פֿרוי האָט אונדז געהייסן אַרויסנעמען אַלע אַלטע זאַכן!“

איך האָב זי אָנגעקוקט גלײַך אין די אויגן אַרײַן און זי האָט זיך שטאַרק צעוויינט. צווישן דעם כליפּען האָט זי קוים אַרויסגעשעפּשעט: „ווילסטו נישט איך זאָל זײַן צופֿרידן? ווי קען איך דאָ וווינען מיט אַלע דײַנע אַלטע, אויסגעריבענע שמאָנצעס?“ אַ סעקונדע שפּעטער, מיט טרערן נאָך נאַס אויף די באַקן, האָט זי אַ שמייכל געטאָן און צוגעלאָפֿן צו אַ וואַנט, אַראָפּגענומען צוויי בילדער און זיי מיר געוויזן: „ווער דאַרף דאָס האָבן?“ פֿרעגט זי ווײַזנדיק מיר מײַן זייער חנעוודיק בילד פֿון אַ הונט וואָס רייכערט אַ ציגאַר.

„דאָס איז… דאָס איז…“ האָב איך זיך אָנגעהויבן צו פֿאַרענטפֿערן. נאָר איידער כ׳האָב געקענט אַרויסזאָגן אַז דאָס איז איינע פֿון מײַנע באַליבסטע זאַכן האָט זי עס אַראָפּגעוואָרפֿן אויף דער ערד און געענדיקט „…מיסט! גאָרנישט ווערט!‟ דערנאָך נעמט זי אַ בילד פֿון אַ וואַלפֿיש און שרײַט אויס: „און דאָס איז נאָך ערגער!“ זי לויפֿט ווי אַ וויכער צוריק אין שטוב — אַ פּנים, צו ברענגען נאָך בילדער. איך שרײַ צו די אַרבעטער זיי זאָלן גאָרנישט טאָן, כאָטש זיי שטייען שוין ווי ליימענע גולמס. איך לויף איר נאָך.

כ׳האָב נישט געוווּסט אַ וואָסער דיבוק איז אַרײַן אין איר און זי איז אַנטלאָפֿן; נישט נאָר אַנטלאָפֿן, נאָר פֿאַרשוווּנדן. שפּעטער האָב איך געהערט אַ שאַרעניש אויפֿן צווייטן שטאָק און דערזען אַז זי האָט זיך באַהאַלטן אין אַן אַלמער אויבן אין קליינעם שלאָפֿצימער.

נו, וואָס האָב איך געקענט טאָן? כ׳האָב געהייסן די אַרבעטער צוריקשטעלן דאָס אַלטע מעבל, מײַן מעבל — „מײַנע שמאָנצעס! האַ!“ — אין קעלער און אַוועקפֿאָרן.

זי האָט זיך אַ ביסל באַרויִקט, אָבער צוויי טעג לאַנג איז זי נישט אַראָפּגעקומען. איך בין געשלאָפֿן אין איין שלאָפֿצימער, זי — אין צווייטן, אויבן. דאָס מעבל איז געשטאַנען אומגערירט. אין מיטן שטוב ביז אין אָוונט דעם צווייטן טאָג זע איך ווי זי נישטערט אין די קעסטלעך און קאַרטאָנען און שעפּטשעט צו זיך אַליין: „וווּ זענען זיי? וווּ האָב איך זיי אַהינגעטאָן?“

כ׳האָב מורא געהאַט צו פֿרעגן אָבער כ׳האָב ריזיקירט: „װאָס זוכסטו? אפֿשר קען איך דיר העלפֿן?“ און ערשט דעמאָלט איז די קאַץ אַרויס פֿון זאַק. כ׳האָב סוף־כּל־סוף דערגאַנגען וואָס קומט דאָ פֿאָר. זי זוכט דעם ליטיום. ליטיום איז דאָך פֿאַר די וואָס לײַדן פֿון מאַניש דעפּרעסיע. דאָס פּנים איז איר געוואָרן רויט ווי אַ בורעק און זי האָט זיך מודה געווען, אַז מען האָט איר דיאַגנאָזירט מיט דער קרענק שוין מיט פֿינף יאָר צוריק. און אַלץ גייט גוט, האָט זי מיר געזאָגט, ווען זי נעמט רעגעלמעסיק אײַן די ליטיום־טאַבלעטן אָבער ווען מיר האָבן זיך געטראָפֿן האָט זי זיך געפֿילט אַזוי גוט, אַזוי פֿריילעך, אַז ס׳האָט זיך איר געדאַכט די גאַנצע וועלט איז אירס און זי נייטיקט זיך מער נישט אין כעמישע סובסטאַנסן.

„יעצט וועסטו מיך מער נישט ליב האָבן?“ האַט זי מיך געפֿרעגט.

וואָס האָב איך געקענט דערצו ענטפֿערן — דעם אמת? אַז איך שרעק זיך יעצט פֿאַר איר כּעס? נו, האָב איך געשוויגן. און ווײַזט אויס, דאָס איז נישט געווען קיין גוטער אײַנפֿאַל. כ׳בין אַרומגעגאַנגען ווי אויף רויע אייער און אומבאַוווּסטזיניק גענומען זוכן אַן אויסוועג.

ס׳האָט גענומען עטלעכע חדשים ביז זי האָט זיך אַליין געוואָלט גטן. זי האָט געזאָגט אַז זי זעט ווי איך שרעק זיך פֿאַר איר„ און פֿון איר זײַט פֿילט זי מער נישט זיכער מיט מײַן ליבע.“


עטלעכע חדשים זענען אַדורך ביז מ׳האַט חיימען געשיקט אַרבעטן אויף אַ פּראָיעקט אין די פֿלאָרידער עווערגליידס, וווּ עס געפֿינען זיך סײַ קראָקאָדילן סײַ אַליגאַטאָרס. צופֿעליק האָבן גוטע פֿרײַנד אין פֿלאָרידע אים פֿאַרבעטן אויף זייער זונס חתונה. ער האָט זיך געפֿרייט פֿאַר זײַנע פֿרײַנד אָבער פֿון דעסטוועגן געוואָלט אויסטראַכטן עפּעס אַ תּירוץ נישט צו גיין אויף דער חתונה, ווײַל זיי זענען פֿרומע און אויף אַלע זייערע אונטערנעמונגען זיצן פֿרויען אָפּגעזונדערט פֿון די מענער. דאָס איז זייער מינהג און ער פֿילט זיך אויף אַזעלכע שׂמחות זייער אומבאַקוועם. האָט ער סוף־כּל־סוף באַשלאָסן אַז ער וועט כאָטש מוזן קומען אָפּגעבן אַ מזל־טובֿ, גיבן דאָס דרשה־געשאַנק אָבער נישט לאַנג בלײַבן. איז אים טאַקע געווען אַ חידוש ווען ער האָט, נאָך דער חופּה, געוואָלט געפֿינען זײַן פֿרײַנד און מ׳האָט אים צוגעפֿירט צו זײַן טיש הינטער אַ פֿאָרהאַנג און דאָרטן זענען געזעסן עטלעכע מענער און אַנטקעגן זיי — דרײַ פֿרויען, זיכער נישט זייערע ווײַבער און גראַדע נישט קיין מיאוסע. אוודאַי אַ טעות, האָט ער געטראַכט און זיך נישט געוואָלט אַוועקזעצן, ווען איינער פֿון די מענער אין אַ שוואַרצן קאַפּעליוש האָט אים געגעבן אַ צי בײַם אַרבל און אים געהייסן זיצן. „חיים, מיר האָבן געוואַרט אויף דיר. כאָטש די פֿרויען זיצן אויף איין זײַט און מיר, די מענער, אַנטקעגן זיי איז ווי דו זעסט נישטאָ קיין מחיצה. דאָס איז דער כּלהס אַן אײַנפֿירונג. מע האָט מיר געזאָגט אַז אירע עלטערן זענען געווען דערקעגן אָבער די כּלה האָט זיך אויף דעם פֿעסט געשטעלט און זיך נישט געוואָלט אונטערגעבן. האָט מען געמאַכט אַ פּשרה און אונדז, די אויסגעלאַסענע ׳כּמעט־גוייִם׳, באַהאַלטן הינטער די קוליסן. כ׳האָב די דרײַ פֿרויען שוין געהאַט דערציילט וועגן דיר, אַז מײַנער אַ באַרימטער דאָקטער קומט. אפֿשר ווילסטו מיט זיי רעדן עטלעכע מינוט איידער דו מאַכסט פּליטה?‟ ער האָט באַלד געוואָרפֿן אַן אויג אויף שירהן, די שענסטע פון די דרײַ פֿרומע ייִדענעס, און ווי חיים דערציילט די מעשׂה, האָט זי זיך כּהרף עין אין אים פֿאַרליבט. (לויט חיימען פֿאַרליבן זיך אַלע פֿרויען אין אים אויפֿן ערשטן בליק. אַזוי זאָגט ער. בײַ מיר איז ער דווקא נישט קיין גרויסע מציאה.)

נו, צוריק צו זײַן מעשׂה: חיים און די שירה האָבן לאַנג גערעדט ביז די אַנדערע געסט האָבן אָנגעהויבן צו פֿאַרלאָזן דעם זאַל. ער האָט זי אַרומגעפֿירט אַ ביסל אין זײַן אויטאָ, כאָטש עס איז געווען ווייניק וואָס צו זען. ווען זיי זענען אַרײַן אין אַ רעסטאָראַן טרינקען אַ לחיים לכּבֿוד דער שיינער חתונה און דעם נײַעם אולטראַ־מאָדערנע אײַנפֿירעניש וואָס מענער קענען נישט נאָר זיצן מיט פֿרויען בײַם זעלבן טיש נאָר אויך מיט זיי רעדן פּנים־אל־פּנים…און אפֿשר אויך חתונה האָבן. הו־האַ! שירהס אויגן האָבן זייער געגלאַנצט ווען זי האָט די ווערטער געזאָגט און די באַקן אירע האָבן זיך פֿאַררייטלט.

ווער רעדט דען פֿון חתונה האָבן? האָב איך געטראַכט, און זיך גוט דערשראָקן. רעדט מער נישט פֿון חתונה האָבן, האָב איך איר שאַרף געזאָגט. און זי איז ווי שטום געוואָרן.

דאָס איז געווען מיט אַכט חדשים צוריק. אין דער צײַט בין איך געוואָרן אַ יאָר עלטער און די שוואַרצע וואָלקנס פֿון מרה־שחורה שוועבן מיר ווידער איבערן קאָפּ בײַ נאַכט און איך הייב ווידער אָן צו טראַכטן — אַ שטיין זאָל זײַן אַליין.

„איז וואָס וויסלסו פֿון מיר? די שירה איז, ווי דו דערציילסט די מעשׂה, משוגע פֿאַר דיר און זי האָט גערעדט פֿון חתונה האָבן….“

„יאָ. ביסט גערעכט. אַזוי טראַכט איך יעצט, אָבער אין דעם מאָמענט מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן אירע ווערטער מיך אַזש פּאַראַליזירט ווײַל איך בין געווען זיכער אַז איך וויל שוין מערּ נישט חתונה האָבן. כ׳האָב נישט קיין מזל מיטן הרי את.“

„ס׳מאַכט נישט אויס. קלינג איר אָן און רעד מיט איר קלאָרע דבורים.“

„מיינסט כ׳האָב נישט געפּרוּווט? זי איז פֿאַרשוווּנדן. געפֿין זי פֿאַר מיר.‟ און דערנאָך האָט ער טרויעריק צוגעגעבן: „איך האָב זיך שוין מיישבֿ געווען. אַ שטיין זאָל זײַן אַליין.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version