בילדער פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוסImaging the coronavirus
די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט אַראָפּגענומען אַן עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּ. לייענט וועגן די ייִדישע דערפֿינדער פֿון דעם מכשיר.
אין די לעצטע פּאָר חדשים פֿיגורירן אין די נײַעס כּסדר בילדער פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, וועלכער האָט אַרויסגערופֿן אַ מגפֿה כּמעט אין דער גאָרער וועלט און די קאַראַנטין־מיטלען, וואָס האָבן צעטרייסלט דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אין אַ גאַנצער ריי לענדער. אינעם אַלגעמיינעם אַרטיקל וועגן ווירוסן אין דער ענגלישער וויקיפּעדיע האָט עמעצער אויך אַרײַנגעשטעלט אַ בילד פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס; סוף־כּל־סוף, שטעקט אין זײַן טאַקע באַקרוינטן אויסזען אַ געוויסער פֿינצטערער עסטעטישער חן.
אויף די בילדער, וואָס פֿאַרשפּרייטן זיך אין דער מעדיאַ, באַווײַזט זיך דער ווירוס אין פֿאַרשיידענע קאָלירן. אַ טייל מענטשן מיינען, מסתּמא, אַז די קינסטלער באַפֿאַרבן און באַאַרבעטן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם ווירוס אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, שטרעבנדיק אונטערצושטרײַכן זײַן מיסטעריעזע און סכּנותדיקע נאַטור. ס׳איז טאַקע אַזוי, נאָר ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז עס זענען יאָ פֿאַראַן קאָליריקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿאַרשיידענע ווירוסן, הגם דער אויסקלײַב פֿון די פֿאַרבן איז אַ באַדינגלעכער, ווײַל די בילדער קומען נישט דורך אַ געוויינטלעכן, נאָר דורך אַן עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּ.
נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט דער באַרימטער פֿראַנצויזישער דאָקטער לויִ פּאַסטער באַשלאָסן, אַז אין געוויסע מחלות איז שולדיק עפּעס, וואָס מע קאָן נישט זען אין אַ געוויינטלעכן אָפּטישן מיקראָסקאָפּ. אין 1898 האָט דער האָלענדישער ביאָלאָג מאַרטינוס בעיערינק צוגעטראַכט דאָס וואָרט „ווירוס‟, באַשרײַבדיק אַזאַ מין „אומזעיִקן‟ מין אינפֿעקציע.
דעם אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער ווענדעל סטענלי, אַ לאַורעאַט פֿון אַ נאָבעל־פּרעמיע אין כעמיע, האָט זיך אין 1935 אײַנגעגעבן צו באַקומען קרישטאַלן פֿונעם מאָזאַיִשן טאַבעק־ווירוס, וואָס אַטאַקירט פֿאַרשיידענע מינים געוויקסן. דאָס האָט דערוויזן, אַז ווירוסן שטעלן מיט זיך פֿאָר נישט גאָר קליינע באַקטעריעס, נאָר עפּעס אַנדערש. מיט פֿיר יאָר שפּעטער האָט זיך מיט דער הילף פֿון אַן עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּ אײַנגעגעבן צו באַקומען די ערשטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם דאָזיקן ווירוס.
די בילדער פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס זענען אַ רעזולטאַט פֿון לאַנגע פֿאָרשונגען אין פֿיזיק, אין וועלכע ייִדן האָבן געשפּילט אַ פּראָמינענטע ראָלע. צוליב דער דיפֿראַקציע פֿונעם ליכט, איז אוממעגלעך צו פֿאַרגרעסערן אַ מיקראָסקאָפּישן אָביעקט אין אַ מיקראָסקאָפּ מער ווי אויף 1,200 מאָל. אויף אַזאַ ניוואָ פֿון פֿאַרגרעסערונג ווערן די בילדער שוין זייער צעשווענקט. ערשט אין די 1980ער יאָרן האָבן זיך וויסנשאַפֿטלער געגעבן אַן עצה צו שאַפֿן גאָר אַ קאָמפּליצירטן אָפּטישן מיקראָסקאָפּ, וואָס סקאַנירט דעם אָביעקט פֿון זייער אַ נאָענטן מהלך און מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם קאָנסטרויִרט ער אַ פּרטימדיק בילד; אין פּרינציפּ, דערמעגלעכט אַזאַ מכשיר צו פֿאָטאָגראַפֿירן אַ ווירוס. דערווײַל בלײַבן אָבער די עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּן דער עיקר־מיטל צו זען ווירוסן, מאָלעקולן און אַפֿילו אַטאָמען.
אַנשטאָט ליכט, ווערן די אָביעקטן אין אַן עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּ באַקוקט דורך אַ שטראָם פֿון עלעקטראָנען. אין 1926 האָט דער דײַטשישער פֿיזיקער האַנס בוש צוגעטראַכט אַ מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו פֿאָקוסירן אַן עלעקטראָן־שטראָם אין אַ מאַגנעטיש פֿעלד. אַזעלכע מכשירים דינען אין אַן עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּ ווי לינדזן.
אין 1928 האָט לעאָ סילאַרד, אַן אונגערישער ייִד, פֿאָרגעלייגט זײַן קאָלעגע, דעניס גאַבאָר — אויך אַ ייִד פֿון בודאַפּעשט — צו שאַפֿן אַ חידושדיקן מיקראָסקאָפּ אויפֿן סמך פֿון בושעס מאַגנעטישע לינדזן. גאַבאָר האָט שפּעטער באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַרן דערפֿינדן די האָלאָגראַפֿיע, און סילאַרד האָט אין 1934 באַקומען אַ פּאַטענט פֿאַרן דערפֿינדן דעם נוקלעאַרן רעאַקטאָר. פֿאַר דער אידעע פֿונעם עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּ האָט ער אויך באַקומען אַ פּאַטענט, אָבער למעשׂה האָבן סילאַרד און גאַבאָר נישט געפֿונען קיין צײַט אַזאַ מכשיר צו שאַפֿן.
דער דײַטשישער פֿיזיקער ערנסט רוסקאַ — אויך אַ נאָבעל־לאַורעאַט — האָט אויסגעבויט אַן עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּ אין 1931 בשותּפֿות מיט זײַן קאָלעגע מאַקס קנאָל. זייער מכשיר איז אָבער געווען שוואַכער, ווי אַ געוויינטלעכער אָפּטישער מיקראָסקאָפּ. אינעם זעלבן יאָר, האָט דער דײַטשישער ייִד רײַנהאָלד רודענבערג באַקומען אַ פּאַטענט פֿאַר אַ מער מעכטיקן אַפּאַראַט. פֿאָרט, ווערן די הײַנטיקע עלעקטראָן־מיקראָסקאָפּן, אין אַ גרויסער מאָס, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון רוסקאַס פֿריִיִקער מאַשין. ווי באַלד זיי דערמעגלעכן צו פֿאַרגרעסערן אַן אָביעקט אויף מיליאָנען מאָל, האָבן מיר הײַנט קאָנקרעטע בילדער פֿון ווירוסן. ספּעציעלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען אַנאַליזירן די סטרוקטור פֿונעם באַקוקטן אָביעקט און באַפֿאַרבן אים אין פֿאַרשיידענע קאָלירן — טאַקע באַדינגלעכע, אָבער באַלערנדיקע, וואָס העלפֿן אונדז זיך בעסער פֿאָרצושטעלן, ווי דער אָביעקט זעט אויס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO