Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וויליאַם ריטשאַרד האַרעל, ייִדיש־רעדנדיקער פּאַסטאָר אין האַרלעם, איז אַוועקYiddish-speaking pastor in Harlem, William Richard Harrel Jr, has died

האַרעל האָט מער ווי 20 יאָר וואָלונטירט בײַ הצלה און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

וויליאַם ריטשאַרד האַרעל, דער אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער פּאַסטאָר אין האַרלעם, מאַנהעטן, וואָס איז געווען גוט באַקאַנט אויף דער חסידישער גאַס צוליב זײַנע אויפֿטריטן אין ווידעאָס און סקיצעס אויף ייִדיש, איז לעצטנס אַוועק אין עלטער פֿון 63 יאָר, אַ קרבן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס. 

אַחוץ זײַן לאַנגיאָריקער אַרבעט ווי אַ פּאַסטאָר אין האַרלעם, האָט ער מער ווי 20 יאָר געפֿירט אַ צווייט שליחות ווי אַ פֿרײַוויליקער אַמבולאַנס־שאָפֿער פֿאַר „הצלה“. דורך דער אַרבעט האָט ער זיך אויסגעלערנט ייִדיש און איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ היימישער אין די חסידישע קרײַזן. ער האָט אויך וואָלונטירט מיט עטלעכע אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס וואָס היטן דעם וווילזײַן פֿונעם פֿרומען ציבור.

האַרעל האָט געהאַט אַ גוטן חוש פֿאַר הומאָר און עכטער טאַלאַנט ווי אַ קאָמיקער. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר איז ער געוואָרן ברייט באַקאַנט צוליב די סקיצעס, אין וועלכע ער איז אויפֿגעטראָטן, ניט בלויז אין ווידעאָס, נאָר אויך פֿאַר אַן עולם אויף באַנקעטן פֿאַר חסידישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס. כאָטש בײַם ערשטן בליק האָט בלויז זײַן קענען ייִדיש אַרויסגערופֿן אַ שמייכל האָט ער אויך געהאַט אַן אמתן טאַלאַנט ווי אַ קאָמיקער. 

יואלי לעבאָוויטש, דער באַקאַנטער בדחן און זינגער, האָט אויסגעדריקט זײַן טרויער וועגן דער פּטירה פֿון זײַן לאַנגיאָריקן חבֿר אויף טוויטער, באַצייכענענדיק אים ווי אַ וווילער, זיסער מענטש. ער האָט דערציילט, אַז זיי זענען עטלעכע מאָל אויפֿגעטראָטן צוזאַמען אויפֿן יערלעכן בענעפֿיט פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע RCCS, וואָס העלפֿט די וואָס ליידן פֿון ראַק. האַרעל האָט אויך לאַנגע יאָרן פֿרײַווייק געאַרבעט פֿאַר אָט דער אָרגאַניזאַציע. דער חסידישער קאָמיקער מענדי פּעלין האָט געזאָגט אַז האַרעל האָט „דורך זײַן גרויסן מיטגעפֿיל פֿאַר אַלעמען געשאַפֿן בריקן צווישן אַלע גרופּעס מענטשן, און עס געטאָן מיט שׂימחה און פֿרייד.“

וויליאַם ריטשאַרד האַרעל איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַראָלײַנע און האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1978. ער האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי פֿון 23 יאָר, דזשאָען, און פֿינף קינדער.

כּדי אונטערצושטיצן זײַן משפּחה, האָבן אַ צאָל פּראָמינענטע ברוקלינער חסידים געשאַפֿן לטובֿת זײַן אַלמנה און די קינדער אַ קאַמפּאַניע אויף דער וועבזײַט ”חסד־פֿאָנד“. ביז אַהער האָט מען געשאַפֿן 12,000$

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version