Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער שׂעיר־לעזאָזלThe scapegoat

איז אונדזער צופֿעליקער אויסקלײַב בלויז אַן אילוזיע און אַ סימן פֿון הגשחה־פּרטית?

אינעם ערשטן טייל פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דער עבֿודת־יום־הכּיפּורים. ווי אַ טייל פֿון דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודה אינעם בית־המיקדש, פֿלעגט מען יעדעס יאָר אויסקלײַבן צוויי באָקן און וואַרפֿן גורל, כּדי צו באַשטימען, וועלכן באָק זאָל מען שעכטן פֿאַר אַ קרבן, און וועלכן אַוועקצושיקן מיט אַ ספּעציעלן מענטש אינעם מידבר. דער כּהן־גדול פֿלעגט סימבאָליש אַרויפֿלייגן אויפֿן צווייטן באָק אַלע עבֿירות פֿון ייִדן. די חז”ל דערקלערן גאָר אַ וויכטיקן פּרט: דעם שׂעיר־לעזאָזל האָט מען נישט סתּם אָפּגעלאָזט אינעם ווילדעניש, נאָר אַראָפּגעשטויסן פֿון אַ הויכן פֿעלדז. בײַם פֿאַלן, האָבן די שאַרפֿע שטיינער צעריסן דעם קרבן אויף שטיקער.

אינעם דאָזיקן גורל־וואַרפֿן, דעם צופֿעליקן אויסקלײַב פֿונעם שׂעיר־לעזאָזל, האָט זיך געווענדט די גאַנצע עבֿודת־יום־הכּיפּורים. באַקומט זיך, אַז אינעם הייליקסטן טאָג פֿונעם גאַנצן יאָר האָט אַ שליסל־ראָלע געשפּילט דער ענין פֿון צופֿעליקייט.

אין דער וועלטקולטור איז דער שׂעיר־לעזאָזל (scapegoat) געוואָרן אַ סימבאָל פֿון אַ צופֿעליקן אומשולדיקן קרבן. אין דער אמתן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן און ווי עס זענען מסביר די חסידישע צדיקים, סימבאָליזירט די דאָזיקע אומגעוויינטלעכע מיצווה גאָר אַ פֿאַרקערטן ענין: אַז אין דער וועלט איז נישטאָ קיין צופֿעליקייטן, אַלץ פֿירט דער רבונו־של־עולם בהשגחה־פּרטית. דערפֿאַר איז דאָס וואַרפֿן גורל, כּדי אויסצוקלײַבן דעם שׂעיר־לעזאָזל, געווען גאָר אַ וויכטיקער, אינטעגראַלער און נישט קיין צופֿעליקער טייל פֿון דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודה אינעם בית־המיקדש.

דער הײַנטיקער שבת, ח׳ באייר, איז דער טאָג, ווען ייִדן אויפֿן גריכישן אינדזל כיִאָס פֿלעגן פּראַווען אַן אָרטיקן יום־טובֿ. זײַענדיק ספֿרדים, האָבן זיי עס גערופֿן „פּורים דע לאַ סעניאָראַ‟ – פּורים פֿון דער חשובֿער פֿרוי. עס זענען פֿאַראַן צוויי פֿאָלקווערסיעס, ווי אַזוי די דאָזיקע טראַדיציע איז אויפֿגעקומען. לויט איין ווערסיע, זענען דעם דאָזיקן טאָג, אינעם יאָר 1595, אָנגעקומען אויפֿן אינדזל 500 סאָלדאַטן פֿונעם טאָסקאַנער גרויסהערצאָג פֿערדינאַנדאָ דעם ערשטן, בראָש מיטן הערצאָג ווירדזשיניאָ אָרסינאָ. דער אינדזל איז געווען אונטער דער טערקישער מאַכט; אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע האָבן זיך ייִדן געפֿילט פֿרײַ און באַקוועם. אַזוי ווי אין אַ ריי אַנדערע מקומות פֿון דער טערקישער אימפּעריע, האָט די ייִדישע קהילה אין כיִאָס געלעבט אין מיטן דעם באַסטיאָן פֿון דער אָרטיקער פֿעסטונג.

לויט דער צווייטער ווערסיע, האָט דער אָרטיקער יום־טובֿ צו טאָן מיט דער גריכישער מלחמה פֿאַר אומאָפּהענגיקייט פֿון די טערקן, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אינעם יאָר 1821. אין כיִאָס, אינעם יאָר 1822, האָבן די גריכן זיך געקליבן אויפֿצורײַסן די פֿעסטונג, וווּ ייִדן האָבן געלעבט.

ווי מע זעט אין ביידע ווערסיעס פֿון דער פֿאָלק־לעגענדע, האָט אַ געוויסע ייִדישע פֿרוי געבאַקן ברויט אין איר אויוון און על־פּי צופֿאַל אַרויסגעשטעלט איר אָנגעגליטע לאָפּעטע אין דרויסן, וווּ ס׳איז געשטאַנען אַ האַרמאַט. די לאָפּעטע האָט אָנגעצונדן דעם צינדשנור פֿונעם געווער, און דער האַרמאַט האָט געגעבן אַ שאָס. דאָס האָט געדינט ווי אַ סיגנאַל פֿאַר די טערקן, וועלכע האָבן פֿאַרטריבן דעם שׂונא, געראַטעוועט די פֿעסטונג און באַדאַנקט ייִדן פֿאַרן וואָרענען זיי וועגן דער סכּנה. אַזוי ווי אין אונדזער פּרשה, איז דער צופֿעליקער אויסקלײַב געווען, אין דער אמתן, אַ טייל פֿון דער געטלעכער השגחה. די פֿרוי האָט געשטעלט איר לאָפּעטע סתּם אויף טראַף אינעם הויף פֿונעם באַסטיאָן; ווי אַ רעזולטאַט, זענען די שׂונאים פֿון די טערקן געוואָרן, אַזוי צו זאָגן, דער שׂעיר־לעזאָזל, און די ייִדישע קהילה האָט באַקומען נײַע פּריווילעגיעס.

היסטאָרישע קוואַלן ווײַזן אָבער אַז די אמתע מעשׂה איז געווען פּשוטער. אַ געוויסע ייִדישע פֿרוי האָט אויסגעפֿונען, אַז די גריכן גרייטן אַן אויפֿרײַס־אַטאַק אויף דער פֿעסטונג און געוואָרנט די טערקן. די ייִדישע קהילה האָט פֿאַר דעם באַקומען אַ ריי פּריווילעגיעס און באַקומען אַן אייגענעם שטח פֿאַר אַ בית־עולם.

אין אַפּריל 1822 האָט די טערקישע אַרמיי אויסגעשאָכטן 40־50 טויזנט גריכישע תּושבֿים פֿונעם אינדזל. צו פּראַווען אַ יום־טובֿ אין אַזאַ היסטאָרישן גענאָציד־קאָנטעקסט איז, אין דער אמתן, זייער צווייפֿלהאַפֿטיק. פֿון דעסט וועגן, גיט אונדז די פֿאָלקווערסיע פֿון די געשעענישן אַ געלעגנהייט זיך ווידער צו פֿאַרטראַכטן וועגן די גורלדיקע היסטאָרישע געשעענישן, וואָס זעען אויס פֿון אָנהייב אָן ווי צופֿעליקע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.