ייִדיש־זומערקורסן מיט דער משפּחה ניבאָרסקיYiddish summer courses with the Niborskis
דער ייִדיש־צענטער „ייִדיש־אָרט“ אָרגאַניזירט אַ סעריע צוויי־וואָכיקע מיני־קורסן אויף פֿינף ניוואָען פֿון ייִדיש־קענשאַפֿט.
צוליב דער קאָראָנאַ־מגפֿה, ווערן אַלע זומערקורסן הײַיאָר אַנולירט אָדער פֿאַרוואַנדלט אין אינטערנעץ־קלאַסן. דערווײַל האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַע זומער־פּראָגראַם: ד׳׳ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי, די אָנפֿירער פֿונעם ירושלימער „ייִדיש־אָרט“, האָבן לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז זיי שאַפֿן אַ סעריע צוויי־וואָכיקע מיני־קורסן, אין וועלכן סטודענטן וועלן זיך לערנען פֿון דער ווײַטנס דורך „זום“ אויף פֿינף ניוואָען.
די מיני־קורסן וועלן באַשטיין פֿון דרײַ שעה פֿון לימוד יעדן טאָג, אַרײַנגערעכנט שמועס־קלאַסן, אָנגעפֿירט פֿון יאַנקל־פּרץ בלום און רייזע טורנער; ליטעראַרישע סעמינאַרן מיט ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי, וואַרשטאַטן און פֿילמען. די פּראָגראַם, וואָס ווערט באַצייכנט ווי די „זום־שול“, וועט זיך אָנהייבן די ערשטע וואָך יולי און זיך ענדיקן די צווייטע וואָך אויגוסט.
דער שׂכר־לימוד איז 1500 שקלים (417 דאָלאַר) פֿאַרן ברייטן עולם און 800 שקלים (222 דאָלאַר) פֿאַר די וואָס זענען ייִנגער פֿון 30 יאָר.
כּדי צו באַקומען אַ באַשרײַבונג פֿון אַלע קלאַסן, שרײַבט miriam.trinh@gmail.com.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO