מוזיק־ווידעאָ: נישטאָ וווּהין צו לויפֿן!MUSIC VIDEO: Nowhere to run!
מאָטי אילאָוויטשס „ונצעק!“ דריקט אויס דעם צער וואָס די פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס האָט גורם געווען.
די ריזיקע טראַגעדיע וואָס קומט איצט פֿאָר אין די פֿרומע געגנטן פֿון ניו־יאָרק קען מען ניט פֿאַרגלײַכן מיט קיין שום אַנדערער תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע.
ס׳איז אויך כּמעט אוממעגלעך איבערצוגעבן מיט ווערטער. מער ווי 250 פֿרומע ייִדן זענען שוין אומגעקומען צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס און טויזנטער זענען קראַנק געוואָרן. דאָס לעבן האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעשטעלט: די בתּי־מדרשים, די חדרים, ישיבֿות און מיידלשולן זענען פֿאַרשלאָסן. קיין נאָרמאַלע סדרים קען מען ניט פּראַווען. מע קען אַפֿילו קיינעם ניט ברענגען צו קבֿר־ישׂראל אויפֿן געהעריקן אופֿן, ווײַל בלויז געציילטע אָבֿלים מעגן זיך פֿאַרזאַמלען אויף דער לוויה.
דעם ביטערן מצבֿ שילדערט דער זינגער מאָטי אילאָוויטש דורך זײַן רירנדיקן ליד „ונצעק“, וואָס איז לעצטנס אַרויס ווי אַ מוזיק־ווידעאָ. דער נאָמען פֿונעם ליד פֿאַררופֿט זיך אויפֿן פּסוק אין דער הגדה, „ונצעק אל ה’ אלוהי אבֿותינו“ (מיר האָבן געשריגן צו גאָט פֿון אונדזערע אָבֿות), ווײַל אַזוי ווי דעמאָלט, ווען די ייִדן האָבן געבעטן דעם אייבערשטן זיי צו דערלייזן פֿון מצרים, בעט מען הײַנט בײַ אים, ער זאָל אָפּשאַפֿן די מגפֿה. אילאָוויצעס באַנוץ פֿון אָט דעם געבעט ווי דער רעפֿרען פֿון ליד האָט אויך אַ טאָפּלטן באַטײַט, ווײַל די טראַגעדיע האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן אַ חודש פֿאַר פּסח.
דער מוזיק־ווידעאָ ווײַזט אָן ווי עס זעען הײַנט אויס די גאַסן אין די פֿרומע געגנטן איבער דער וועלט און ווי די חסידישע צײַטונגען זענען הײַנט פֿול מיט טרויער־מעלדונגען נאָך די קרבנות פֿון דער מגפֿה.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO