פֿאַר וואָס ווערט די שירת־הים געשריבן ווי אַ ציגלנע וואַנט?Why is the Song Of the Sea written like a brick wall?
דאָס ליד, וואָס מע לייענט פֿון דער תּורה דעם זיבעטן טאָג פּסח, האָט אויך אַן אייגענעם טראָפּ.
װען מיר װאָלטן דעם מיטוואָך, דעם זיבעטן טאָג פּסח, געדאַוונט אין שיל (װאָס כ׳האָף טאַקע אַז קײנער וועט אַהין נישט גיין), װאָלטן מיר געלײענט שמות יג:יז ביז טו:כו, װאָס נעמט אַרײַן דעם „אַז־ישיר‟, די שירת הים — דאָס ליד װאָס משה און די בני ישׂראל זינגען נאָך דעם װאָס זײ גײען דורך דעם ים־סוף און גאָט דערטרינקט זײערע באַפֿאַלערס, די מיצרים.
די שירה, דאָס ליד, האָט אַ פּאָר אײגנאַרטיקע שטריכן װאָס שײך דער הלכה פֿון לײענען און שרײַבן דאָס ליד אין דער תּורה. ערשטנס, איז דאָ אַ ספּעציעלער ניגון װאָס מען נוצט װען מ׳לײענט די שירה פֿאַרן קהל, װאָס איז אַנדערש פֿונעם געװײנטלעכן טראָפּ. צװײטנס, אױב מ׳גיט אַ קוק אַרײַן אין דער ספֿר־תּורה, װעט מען באַמערקן אַז די שירה איז נישט אױסגעשטעלט װי אַ געװײנטלעכער טעקסט, נאָר אין דער פֿאָרעם פֿון אַ װאַנט מיט ציגל. אױף דער ערשטער שורה איז דאָ אײן װאָרט; דערנאָך — אַ בלױז; נאָך עטלעכע װערטער; נאָך אַ בלױז, און דערנאָך אױף דער צװײטער שורה זעט מען עטלעכע װערטער; אַ לאַנגן בלױז, און נאָך עטלעכע װערטער. (איר קענט זען אַ בילד פֿון דעם דאָ). די װײַטערדיקע שורות פֿאָלגן װײַטער דעם זעלביקן מוסטער, אַזױ אַז דאָס ליד זעט אױס װי אַ ציגלנע װאַנט.
די גמרא אין מגילה (דף טז) דערמאָנט אַז דאָס ליד איז געשריבן אױף אַזאַ אופֿן װײַל אַ ציגלנע װאַנט איז זײער שטאַרק און װעט זיך נישט לײַכט צעפֿאַלן. דער פֿאַרקערטער פֿאַל געשעט אין מגילת אסתּר: װען די צען זין פֿון המן ווערן דערמאָנט בײַ זײער אױפֿהענגען, זענען זײערע נעמען געשריבן אין צװײ שפּאַלטן, מיט אַ נאָמען גלײַך איבער אַ נאָמען (איר קענט זען אַ בילד פֿון דעם דאָ). די גמרא נעמט אָן אַז אַזאַ מין װאַנט איז װײניקער שטאַרק און קען זיך לײַכט צעפֿאַלן (אַלץ אַ ציװילער אינזשינער, קען איך דאָס אַליין באַשטעטיקן!). פֿאַלט אױס אַז די װאַנט װאָס די ייִדן האָבן „געבױט“ נאָכן אַדורכגײן דעם ים סוף איז געװען אַ שטאַרקע, אַ מעכטיקע, אײנע װאָס האָט זײ צונױפֿגעבונדן, אַקעגן דער װאַנט װאָס המנס זין האָבן געפּרוּװט בױען, װאָס איז געװען װאַקלדיק און האָט זיך צעפֿאַלן.
ס׳איז אויך טשיקאַװע וואָס דאָס ליד, די װאַנט, דאָס הייסט — די קהילה װאָס די ייִדן האָבן געבױט נאָך יציאת מצרים, איז דװקא געבױט געװאָרן דורך ציגל. איז די ציגל זיי שוין נישט נימאס געװאָרן נאָכן בױען פּיראַמידן פֿאַר די מיצרים הונדערטער יאָרן לאַנג? מיר דאַכט זיך אַז דאָס איז אַ סימן אַז זײ האָבן געװאָלט צוריקנעמען דאָס װאָס די מיצרים האָבן בײַ זײ אַװעקגענומען. די מיצרים האָבן אױסגענוצט דעם כּוח און מי פֿון די ייִדן כּדי צו בױען די פּיראַמידן פֿון ציגל, האָבן די ייִדן צוריקגענומען זײער כּוח און געזונגען אַ ציגלנע ליד צו גאָט.
נאָך אײן זאַך װילט זיך באַמערקן, װאָס כ׳האָב געהערט בײַ עמעצן װאָס האָט ציטירט הרבֿ דבֿ לײַמאָן פֿונעם „פּרדס־אינסטיטוט‟ אין ירושלים. די לעצטע שורה פֿונעם ליד באַשרײַבט װי גאָט האָט צעטײלט דעם ים און די ייִדן זענען אַדורך אױף דער יבשה. אין אײן סטיל פֿון אױסשטעלן דאָס ליד, קען מען זען, אַזוי װי אין דער פֿריִערדיקער פֿאַרבינדונג, אַז די לעצטע שורה זעט אױס אַזױ: „הים“, דערנאָך אַ בלױז, דערנאָך „ובני ישראל הלכו ביבשה בתוך“, נאָך אַ בלױז, און דערנאָך — „הים“. דאָס הײסט, די װערטער װאָס װײַזן אָן אַז די ייִדן זענען אַדורך די יבשה שטײען טאַקע צװישן צװײ ימען! נאָך אַ װוּנדערלעכער טײַטש פֿון דעם װי אַזױ דאָס אױסזען פֿונעם ליד איז אַלײן טײל פֿון איר באַטײַט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO