Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָנלײַן מיניקורסן פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער“Online mini courses through the Paris Yiddish Center

צווישן די טעמעס — די ווירקונג פֿון כאָלערע אויף די ווערק פֿון י. ל. פּרץ, און אליעזר שטיינבאַרגס משלים.

נאָך עטלעכע וואָכן זיצן פֿאַרשפּאַרט אין דער היים, איז שוין אַלעמען קלאָר, אַז די איזאָלאַציע קען אַליין שאַטן דעם געזונט. אין אַ בריוו צו זײַנע מיטגלידער האָט דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ דערקלערט „אַז די בעסטע רפֿואה“ קעגן דעם איז ווײַטער צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט אַנדערע ליבהאָבער פֿון ייִדיש.

כּדי דאָס צו דערמעגלעכן, אָרגאַניזירט דער צענטער אַ „היימישן ייִדיש־צענטער“ אָנלײַן. פֿאַקטיש זענען די מיניקורסן מער־ווייניקער די זעלביקע וואָס מע וואָלט סײַ ווי געהאַלטן בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער“, נאָר מיט איין נײַעם קנייטש: אַ דאַנק דעם וואָס די רעפֿעראַטן ווערן טראַנסמיטירט אָנלײַן, דאַרף מען ניט זײַן אין פּאַריז זיי צו הערן אָדער אַפֿילו אָנטיילצונעמען אינעם שמועס.

יעדער מיניקורס טרעפֿט זיך 4 מאָל אויף אַנדערהאַלבן שעה; דאָס הייסט, 6 שעה ווערט געווידמעט יעדער טעמע. די מיניקורסן וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 11טן אַפּריל ביזן 3טן מײַ.

די וואָס ווילן זיך לערנען וועגן מגפֿות אין דער ייִדישער ליטעראַטור, קענען זען טל־חבֿר כיבאָווסקיס מיניקורס אויף דער טעמע, „יצחק לייבוש פּרץ און די פֿינפֿטע כאָלעריע־מגפֿה“.

די וואָס ווילן זיך בעסער לערנען וועגן איזאָלאַציע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, קענען „קומען“ אויף נאַטאַליע קריניצקאַס לעקציעס אויף דער טעמע, „׳׳איזאָלירט — פֿאַרטריבן — אָפּגעטיילט׳׳: אַהרן צייטלינס דראַמע ׳׳אין קיינעמס לאַנד׳׳.“

די וואָס ווילן גיכער אַ ביסל „עסקאַפּיזם“, קענען הערן יצחק ניבאָרסקיס רעפֿעראַטן וועגן די משלים פֿון אליעזר שטיינבאַרג.

און די וואָס ווילן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער וועלט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרויען און זייער באַציִונג מיט דער סעקסועליטעט, קענען „קומען“ אויף שרון בר־כּוכבֿאס מיניקורס „איבער גרענעצן — פֿראַדל שטאָקס דערציילונגען“.

יעדער מיניקורס קאָסט 60€ אייראָס פֿאַרן ברייטן עולם און 30€ פֿאַר די וואָס זענען ייִנגער פֿון 30 יאָר.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.