Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הרבֿ יעקבֿ פּערלאָוו, נאָווימינסקער רבי און ראָש פֿון אַגודת־ישׂראל, ניפֿטר געוואָרן פֿון קאָראָנאַ־ווירוסRabbi Yaakov Perlow, Noviminsker Rebbe and head of Agudath Israel, has died of COVID-19

אַן אייגנאַרטיקע פֿיגור, האָט ער געדינט ווי אַ בריק צווישן די ליטווישע און חסידישע וועלטן און די הויכע פֿענצטער פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.

הרבֿ יעקבֿ פּערלאָוו, דער לאַנגיאָריקער ראָש פֿון אַגודת־ישׂראל און רבי פֿון די נאָווימינסקער חסידים, איז נעכטן געשטאָרבן אין עלטער פֿון 88 יאָר צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס.

אַ וואָך איידער ער איז קראַנק געוואָרן, בעת אַנדערע רבנים האָבן נאָך אַלץ ניט פֿאַרשטאַנען די גרויסע סכּנה פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער בעט דעם עולם זיך צו באַשיצן דורכן לערנען תּורה אין דער היים און דאַוונען ביחידות.

אין נאָרמאַלע אומשטענדן וואָלט זײַן לוויה געווען אַ ריזיקע. צוליב דער סכּנה, אַז אַ גרויסער עולם אָבֿלים קאָן אָנגעשטעקט ווערן מיטן ווירוס, האָט זײַן משפּחה געבעטן מע זאָל טרויערן אויף אים בײַ זיך אין דער היים. די לוויה האָט מען טראַנסמיטירט דורכן טעלעפֿאָן.

הרבֿ פּערלאָוו איז געווען אַן אוניקאַלע פֿיגור אויף דער חרדישער גאַס. ער האָט געדינט ווי אַ בריק צווישן פֿאַרשידענע פֿרומע און וועלטלעכע קרײַזן. אַן אַמעריקאַנער געבוירענער רבֿ וואָס האָט באַקומען אַ דיפּלאָם מיט אויסצייכענונגען פֿון ברוקלין־קאַלעדזש, האָט ער זיך אויך געלערנט אין די חשובֿסטע ישיבֿות סײַ אין דער ליטווישער וועלט, סײַ אין דער חסידישער.

אַ זון פֿונעם נאָווימינסקער רבין און אַן אייניקל פֿון הרבֿ יצחק זעליג מאָרגנשטערן, אַ גרינדער פֿון אַגודת־ישׂראל אין פּוילן, האָט הרבֿ פּערלאָוו געהאַט אַ גרויסן חסידישן ייִחוס סײַ ווי אַ רביש קינד, סײַ ווי אַן אָפּשטאַמיקער פֿון וויכטיקע עסקנים און פֿירער פֿון דער תּורה־וועלט. ער האָט אָבער צום מערסטן געלערנט אין ליטווישע ישיבֿות, אַרײַנגערעכנט דער בית־מדרש גבֿוה אין לייקוווּד.

נאָכן פֿאַרענדיקן זײַנע לימודים אין ברוקלין־קאַלעדזש און זײַן תּורה־לערנען אין לייקוווּד, האָט ער אָנגענומען אַ פּאָסטן ווי אַ לערער אינעם ”היברו טעאָלאָגישן קאָלעדזש“ אין סקאָקי, אילינוי, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מיטלשול וואָס איז במשך פֿון די יאָרן געוואָרן אַלץ פֿרימער. ער איז דערנאָך געוואָרן דער ראָש־ישיבֿה פֿון „ברויערס ישיבֿה‟ אין וואַשינגטאָן־הײַטס, נ״י — אַ שטעלע וואָס ער האָט אָנגעהאַלטן ביז 1981, ווען ער האָט באַשלאָסן צו גרינדן זײַן אייגענע ישיבֿה אין באָראָ־פּאַרק. צו דער זעלביקער צײַט האָט ער ווײַטער אָנגעפֿירט מיטן נאָווימינסקער חסידות, וואָס ער האָט איבערגענומען נאָך דעם ווי זײַן פֿאָטער איז אַוועק אין 1976.

אַ לאַנגיאָריקער מיטגליד פֿון דער ”‎מועצת גדולי התּורה“ בײַם ‎ אַגודת־ישׂראל, איז ער געוואָרן דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע אין 1998. אין דער ראָלע איז ער געווען מער אָפֿן מיט זײַנע מיינונגען וועגן פֿאַרשידענע ענינים ווי ס׳רובֿ פֿון זײַנע פֿאָרגייער. ער האָט, למשל, באַזוכט וואַשינגטאָן משתּדל צו זײַן בײַ קאָנגרעסלײַט און פּרעזידענטן און איז געוואָרן אַ חבֿר פֿון עטלעכע קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן. ער האָט אויך ניט מורא געהאַט אויסצודריקן מיינונגען וועגן דער חרדישער געזעלשאַפֿט; ער האָט, למשל, ניט געהאַלטן פֿון לוקסוס און האָט אָפֿט קריטיקירט די טענדענץ אויף דער פֿרומער גאַס צו פּראַווען שׂימחות אויף אַ גראַנדיעזן אופֿן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version