אַ טאָל פֿול מיט ביינערThe Valley of Dry Bones
דעם נבֿיאס וויזיע דערמאָנט אונדז, אַז נאָך יעדער קאַטאַסטראָפֿע קומט אַ ישועה.
דעם קומעדיקן שבת, חול־המועד פּסח, לייענען מיר אַן אינטערעסאַנטע הפֿטורה: די וויזיע פֿונעם נבֿיא יחזקאל וועגן די אויפֿגעלעבטע טויטע ביינער.
דער נבֿיא דערציילט, אַז דער אייבערשטער האָט אים אַרויסגעפֿירט אין אַ טאָל פֿול מיט טרוקענע ביינער פֿון טויטע מענטשן, און געהייסן זיי אויפֿלעבן. ווי אַזוי? האָט דער רבונו־של־עולם אָנגעזאָגט יחזקאלן, ער זאָל באַפֿעלן די ביינער: הערט זיך צו צו אײַער באַשעפֿער און קערט זיך אום צום לעבן! די ביינער זענען באַוואַקסן געוואָרן מיט פֿלייש און דער אייבערשטער האָט אין זיי אײַנגעאָטעמט דעם רוח־החיים.
צווישן די חז״ל זענען פֿאַראַן אַ ריי פֿאַרשיידענע דעות, וואָס יחזקאלס ווערטער האָבן געמיינט. רבי יהודה באַטאָנט, אַז ס׳איז נאָר אַ משל. די ביינער סימבאָליזירן דאָס ייִדישע פֿאָלק אין גלות. אין משיחישע צײַטן וועלן ייִדן, און די מענטשהייט בכלל, אויפֿגעלעבט ווערן אינעם גײַסטיקן זין, און דערנאָך וועט פֿאָרקומען די בוכשטעבלעכע תּחית־המתים.
אין מיטל־עלטער האָבן עטלעכע באַקאַנטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן באַטראַכט די צוקונפֿטיקע תּחית־המתים אַליין ווי אַ משל. ווײַזט אויס, אַז אַזוי האָט צוערשט געהאַלטן דער רמב”ם; שפּעטער האָט ער אָבער אָנגענומען די נאָרמאַטיווע דעה, לויט וועלכער די טויטע וועלן טאַקע אויפֿשטיין פֿון די קבֿרים צום אייביקן לעבן. די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז אין דער משיחישער וועלט וועלן בטל ווערן די גרענעצן צווישן גשמיות און רוחניות. דעמאָלט וועלן פֿאָרקומען אַזעלכע זאַכן, וואָס קלינגען פֿאַר אונדז הײַנט אין גאַנצן איבערנאַטירלעך.
רבי יהודה בן בתירא האָט אַרויסגעזאָגט אַ פֿאַרקערטע דעה, אַז די טויטע וועלכע יחזקאל הנבֿיא האָט געבראַכט צום לעבן, האָבן נאָך דעם לאַנג געלעבט, חתונה געהאַט, און איבערגעלאָזט קינדער. דער דאָזיקער תּנא האָט צוגעגעבן, אַז ער אַליין שטאַמט פֿון יענע אויפֿגעלעבטע. לויט אַ מער מעסיקער דעה פֿון רבי אליעזר זענען די טויטע טאַקע אויפֿגעשטאַנען, נאָר בלויז אַ קורצער ווײַל, כּדי צו באַלויבן דעם אייבערשטן מיט אַ געזאַנג; דערנאָך זענען זיי ווידער געשטאָרבן.
די מעכטיקע וויזיע וועגן דעם טאָל פֿול מיט ביינער פֿון טויטע האָט מיר דערמאָנט אין מײַן נסיעה קיין טשערנאָבל אינעם יאָר 1996 אָדער 1997. אַ פּוסטע געשפּענסט־שטאָט, וווּ עס האָבן זיך געוואַלגערט פֿאַרשיידענע חפֿצים, וואָס די באַפֿעלקערונג האָט פֿאַרלאָזט בעת דער עוואַקואַציע. כּדי צו באַזוכן דאָס אָרט פֿון דער שרעקלעכער אַטאָמישער קאַטאַסטראָפֿע, האָט מען געמוזט קריגן אַ ספּעציעל דערלויבעניש פֿונעם מיליטער. די קבֿרים פֿון די חסידישע צדיקים און דער ליידיקער בנין פֿון דער אַלטער שיל, וואָס איך האָב באַזוכט, האָט צוגעגעבן אַ פֿינצטערן טעם צום געשטאַלט פֿון דער טויטער שטאָט, וווּ צוליב דער ראַדיאַציע טאָר מען זיך ניט געפֿינען צו לאַנג.
הײַנט, י”ז ניסן, איז דער יאָרטאָג פֿון דער טשערנאָבלער קאַטאַסטראָפֿע און, ממילא, דער יאָרצײַט פֿון די ערשטע צוויי אומגעקומענע בעת דעם אויפֿרײַס פֿון דער נוקלעאַרער עלעקטראָסטאַנציע. צי זיי זענען געווען ייִדן ווייס איך נישט. בערך 50 מענטשן זענען שפּעטער געשטאָרבן פֿון דער געפֿערלעכער ראַדיאַציע־דאָזע; נאָך עטלעכע טויזנטער זענען, מעגלעך, אומגעקומען צוליב דער קלענערער, נאָר נאָך אַלץ סכּנותדיקער באַשטראַלונג.
די סבֿיבֿה־עקספּערטן זאָגן, אַז במשך פֿון 20,000 יאָר וועט די 30־קילאָמעטערדיקע (18־מײַליקע) זאָנע אַרום דעם געוועזענעם רעאַקטאָר בלײַבן פֿאַרפּעסטיקט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַן עכטן נוקלעאַרן אויפֿרײַס, האָט דער אויפֿגעריסענער רעאַקטאָר אָפּגעשפּילט די ראָלע פֿון אַ ריזיקער „שמוציקער באָמבע‟. אין היראָשימע און נאַגאַסאַקי וווינען הײַנט בערך 2.5 מיליאָן מענטשן; נאָך די טרויעריק באַרימטער באָמבאַרדירונגען איז די ראַדיאַציע גענוג גיך אַוועקגעגאַנגען. להיפּוך, איז דער עצם־אויפֿרײַס אין טשערנאָבל נישט געווען אַזאַ שטאַרקער, אָבער אין דער לופֿטן האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ ריזיקער סכום ראַדיאָ־אַקטיווע שטאָפֿן. פֿאָרט, האָט די וועלט איבערגעלעבט די קאַטאַסטראָפֿע; הײַנט דערמאָנט מען זיך דערפֿון בלויז צוליב דער לאַנגער צוים אַרום דער פֿאַרפּעסטיקטער זאָנע.
אין די הײַנטיקע טעג, ווען די וועלט איז איבערגעשראָקן פֿונעם מסוכּנעם קאָראָנאַ־ווירוס און פֿירט אײַן אומעטום פֿאַרשיידענע קאַראַנטין־מיטלען, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען די פֿריִערדיקע קאַטאַסטראָפֿעס און די מעכטיקע וויזיע פֿונעם נבֿיא יחזקאל. סוף־כּל־סוף, וועט די צרה פֿאַרגיין און די ליידיקע קראָמען און גאַסן, וואָס דערמאָנען אין יחזקאלס טאָל מיט ביינער, וועלן זיך באַלד אומקערן צום נאָרמאַלן לעבן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO