Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

האַרץ־רײַסנדיקע קול־קורא: „בלײַבט אין דער היים“Heartbreaking letter to the Haredi community: “Stay home’’

די מודעה, וואָס ציטירט ספֿר איכה, ווערט אונטערגעחתמעט אין נאָמען פֿון די חסידים, וואָס זענען אומגעקומען פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.

די חסידישע אײַנוווינער פֿון ברוקלין מאַכן איצט אַדורך אַ שרעקלעכע טראַגעדיע. אינעם אַנומלטיקן נומער „דער איד“ האָט מען אָפּגעדרוקט די נעמען פֿון מער ווי 90 ניו־יאָרקער ייִדן, וואָס זענען געשטאָרבן דורכן קאָראָנאַ־ווירוס. ליידער איז די צאָל טויטפֿאַלן אין די חסידישע געגנטן נאָך העכער — מיט יעדן טאָג הערט מען וועגן נאָך קרבונות, בסך־הכּל מער ווי 120.

כּדי צו וואָרענען דעם ציבור וועגן דעם גרויסן געפֿאַר פֿונעם ווירוס, האָט מען לעצטנס פֿאַרשפּרייט אַ האַרץ־רײַסנדיקן קול־קורא געשריבן אין נאָמען פֿון די פֿרומע ייִדן, וואָס זענען שוין אומגעקומען דורך דער מגפֿה. דער בריוו, אונטערגעחתמעט, סימבאָליש, מיט די נעמען פֿון די נפֿטרים און אָנגעשריבן אַזוי ווי זיי וואָלטן גערעדט פֿון קבֿר, לייענט זיך אַזוי:


קול דמי אחיך זועק אליך מן האדמה! (דער קול פֿון אײַער ברודער רופֿט אַרויס צו אײַך פֿון אונטער דער ערד!)

טײַערע ייִדן, מיר בעטן אײַך און וויינען צו אײַך פֿון טיפֿן האַרצן, מיט בלוט פֿון אונדזער האַרץ. מיר בעטן אײַך פֿאַר אײַער לעבן, ביטע נעמט ערנסט אײַער לעבן!

מיר ווייסן אַז נישט אייביק איז גרינג צו זיצן אינעווייניק אין אַ קליינער דירה מיט אַ שטוב מיט קינדער. מיר ווייסן אַז עס איז ערבֿ פּסח, ערלעכע ייִדן ווילן אײַנרישן (צוגרייטן) אַ פּסח און מען דאַרף גיין אין געשעפֿט. מיר ווייסן אַז אײַער יראת־שמים איז הייליק און ריין און איר ווילט גיין דאַווענען, זאָגן אמן יהא שמיה רבא און דינען הקב׳׳ה. מיר ווייסן אַז איר ווילט גיין אין מיקווה זיך מטהר זײַן. מיר ווייסן אַז איר ווילט גיין כאַפּן מיצוות און לויפֿן באַקן און קויפֿן ערבֿ־פּסח מצות.

אָבער טײַערע ייִדן!

דאָס לעבן איז אַ סך חשובֿער און טײַערער ווי איר מיינט. מיר בענקען זיך נאָך דאָס לעבן. כּמ׳׳ש יפֿה שעה אחת בתּורה ותּשובֿה ומעשׂים טובֿים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא (ווי עס שטייט געשריבן: איין שעה תּורה לערנען, תּשובֿה טאָן, און גוטע מעשׂים אויף דער וועלט איז שענער ווי אַ גאַנצער חלק עולם-הבא.) טײַערע ייִדן, מיר וואָלטן איצט געטאָן אַלעס אין דער וועלט צו האָבן נאָך אַ פּאָר מינוט לעבן. צו קענען זען אונדזערע קינדער און אָפּווישן זייערע טרערן!

איר לעבט נאָך ב׳׳ה, ייִדן, בלײַבט לעבן! בלײַבט לעבן!

מה יתאונן אדם חי. דיו שהוא חי! כּי טובֿ הכּלבֿ החי מן האריה המת! (פֿון מגילת איכה און מגילת קהלת: פֿאַר וואָס זאָל אַ לעבעדיקער זיך באַקלאָגן? ס׳איז ניט גענוג וואָס ער לעבט! אַפֿילו אַ לעבעדיקער הונט איז בעסער ווי אַ טויטער לייב!)

בלײַבט אין דער היים. דאַוונט אין דער היים! גייט נישט אַרויס!

אויב איר מוזט אַרויסגיין צו דערליידיקן עפּעס, גייט אין אַ פּלאַץ וווּ עס איז ליידיק און אין אַ צײַט וואָס איז שטיל. דאַוונט אָן אַ מנין. זײַט מוותּר אויף חומרות והידורים וואָס פֿאָדערט ציבור.

טײַערע ייִדן, מיר האָבן אים געזען, דעם מלאך־המוות ווי ער שפּרינגט אַרום פֿון איינעמס מויל צום צווייטנס, וחרבו שלופה בידו! (פֿון ספֿר יהושע — מיטן שווערד אין דער האַנט!).

ייִדן, לעבט! אײַערע קינדער דאַרפֿן אײַך, הקב׳׳ה דאַרף אײַך לעבעדיק, כּלל־ישׂראל דאַרף אײַך!

מיט בלוט, אַרויס פֿון אונדזער קבֿר…

(אונטער דעם בריוו שטייען די נעמען פֿון אַלע נפֿטרים)

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version