Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ סאַטירישער קוק אױף יונגע ייִדן אין ניו־יאָרק מיט 100 יאָר צוריקA satirical view of young immigrant Jews in NY 100 years ago

דער ראָמאַן פֿון דער ייִדישער שרײַבערין מרים קאַרפּילאָװ, געשריבן ווי אַ טאָגבוך, איז אַ ייִדישער פֿירלױפֿער פֿון די הײַנטיקע טעלעװיזיע–סעריעס

בערך מיט הונדערט יאָר צוריק, בעת דער בלי–תּקופֿה פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע, האָט זיך אַנטװיקלט אַ גאַנצער צװײַג פֿון פֿרױען–ליטעראַטור.

גרױסע צײַטונגען האָבן אַפֿילו געהאַט אַ ספּעציעלע זײַט פֿאַר פֿרױען, װוּ מען האָט געדרוקט אַ ראָמאַן אין המשכים, בריװ פֿון די לײענערינס, עצות, רעקלאַמעס וכדומה. דער ציל פֿון אַזאַ פֿרױען–אָפּטײל איז געװען אַ קאָמערציעלער. דער רעדאַקטאָר, װאָס איז געװען אַ מאַנצביל, האָט אױף אַזאַ אופֿן געהאָפֿט צו פֿאַרגרעסערן דעם טיראַזש פֿון זײַן צײַטונג און צוציִען מער רעקלאַמע. דער „לאָקאָמאָטיװ‟, װאָס האָט געשלעפּט דעם גאַנצן פֿרױען–אָפּטײל נאָך זיך, איז געװען דער ראָמאַן אין המשכים. דאָס האָט געשאַפֿן נײַע ליטעראַרישע מעגלעכקײטן פֿאַר פֿרױען.

אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז דער אַקאַדעמישער אינטערעס צו דעם דאָזיקן מין ליטעראַטור ממשותדיק אונטערגעװאַקסן. עס איז אַרױס אַ רײ נײַע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע שרײַבערינס, װעלכע זײַנען ביז דעמאָלט ניט געװען באַקאַנט מחוץ דעם שמאָלן קרײַזל פֿאָרשער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. צװישן אָט די פֿאַרגעסענע פֿיגורן איז מרים קאַרפּילאָװ (1886 – 1956).

קאַרפּילאָוו האָט אימיגרירט קײן אַמעריקע פֿון רוסלאַנד אין 1905 און האָט דאָ אַקטיװ מיטגעאַרבעט אין פֿאַרשידענע ייִדישע צײַטשריפֿטן, דעם פֿאָרװערטס בתוכם. זי האָט אַ סך געשריבן אין פֿאַרשידענע ליטעראַרישע זשאַנערס, אָבער דאָס פּאָפּולערסטע װערק אירס איז מסתּמא דער ראָמאַן „טאַגע–בוך פֿון אַ עלענדע מײדעל אָדער דער קאַמפּף געגען פֿרײַע ליבע‟. דער ראָמאַן איז לכתּחילה דערשינען אין דער ניו–יאָרקער צײַטונג „װאַרהײט‟ אין 1916. אין 1918 איז ער אַרױס װי אַ בוך אין ניו־יאָרק און און אין 1928 — אין ריגע. איצט איז דער ראָמאַן אַרױס אין דער עגנלישער איבערזעצונג, מיט אַ הקדמה פֿון ד״ר דזשעסיקאַ קירזיין.

די ליטעראַרישע פֿאָרם פֿון אַ טאָגבוך פֿון אַ יונגער ייִדישער פֿרױ איז געװען באַקאַנט דעם ייִדישן לײענער לױטן מוסטער פֿונעם פּאָפּולערן ראָמאַן „ייִדישע טעכטער‟ פֿון מ. ספּעקטאָר. אַזאַ מין פֿאָרם האָט דערמעגלעכט דעם (מאַנצבלישן) מחבר פֿון אַ סענטימענטאַלן ראָמאַן צו אַנטפּלעקן פֿאַרן לײענער די צאַרטע און צאַפּלדיקע מײדלשע נשמה פֿון דער יונגער העלדין. אָבער קאַרפּילאָװ האָט איבערגעדרײט די סטערעאָטיפּישע טאָגבוך–פֿאָרם משה קאַפּויער און האָט זי גענוצט װי אַ כּלי פֿאַר דער סאָציאַלער סאַטירע. דער ציל פֿון איר סאַטירע איז געװען די „אינטעליגענטנע‟ אימיגראַנטישע סבֿיבֿה אין ניו–יאָרק. די אַנאָנימע מחברין פֿונעם טאָגבוך זוכט אַן עכטע און טיפֿע ליבע, אָבער אַנשטאָט דעם טרעפֿט זי כּלערלײ טיפּן, װאָס באַגערן בלױז איר גוף. דערבײַ פֿאַרמאַסקירן זײ זײער תּאװה מיט כּלערלײ אײדעלע מחשבֿות.

די האַנדלונג פֿון „טאַגע–בוך פֿון אַ עלענדע מײדעל‟ קומט פֿאָר בעת דער ערשטער װעלט–מלחמה. אָבער, װי עס באַמערקט קירזיין, ווערן די בלוטיקע געשעענישן אין אײראָפּע קױם דערמאָנט. די אינטערעסן פֿון די העלדן זײַנען שױן װײַט פֿון די צרות פֿון דער אַלטער הײם. זײ האָבן זײערע אײגענע דאגות: פֿרײַע ליבע, אַנאַרכיסטישע אידעען, פֿרױענרעכט, און קינדל–קאָנטראָל — אַן ענין װאָס איז געװען גאַנץ הײס אי אין דער ייִדישער פּרעסע, װי עס דערקלערט קירזיין, אי אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט, װי למשל אין דוד איגנאַטאָװס ראָמאַן „אין קעסלגרוב‟, װאָס שילדערט אַן ענלעכע סבֿיבֿה װי קאַרפּילאָװס בוך, אָבער פֿון אַ מאַנצבלישן קוקװינקל.

אין הסכּם מיטן צײַטונג–פֿאָרמאַט באַשטײט דער ראָמאַן פֿון קורצע קאַפּיטלען. יעדער פּרק ענדיקט זיך אין אַ געשפּאַנטן מאָמענט, כּדי צו האַלטן דער לײענערינס אינטערעס ביזן קומעדיקן קאַפּיטל. די דאָזיקע קונץ װערט גענוצט אױך אין די הײַנטיקע טעלעוויזיע־סעריעס. קירזיין פֿאַרגלײַכט „טאַגע–בוך פֿון אַ עלענדע מײדעל‟ מיט „סעקס אין דער שטאָט‟ און „ברידזשעט דזשאָנס טאָגבוך‟, און טאַקע הײַנט װאָלט קאַרפּילאָװ מסתּמא געװען אַ הצלחהדיקע סזענאַריסטקע פֿון טעלעוויזיע־סעריעס. איר ראָמאַן איז טאַקע געװען פּאָפּולער, װי עס זאָגן עדות בריװ פֿון די לײענערינס. די פֿראַגע איז, װי אַזױ קען מען לײענען אַזאַ מין װערק הײַנט? איז דאָס אַ היסטאָרישער דאָקומענט? א פֿאַרגעסענער װיכטיקער טײל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור–געשיכטע? אָדער האָט דער ראָמאַן נאָך אַלץ אַ לעבעדיקן רעזאָנאַנס בײַ דער הײַנטיקער לײענערשאַפֿט?

אַװדאי װעט מרים קאַרפּילאָװ פֿאַרנעמען אַ חשובֿ אָרט אין דער קומעדיקער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע. אין אירע װערק פֿירט זי אַ לעבעדיקן און שאַרפֿזיניקן דיאַלאָג מיט די מענער, װאָס האָבן דעמאָלט דאָמינירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור; אַזעלכע װי לעאָן קאָברין, ישׂראל יוסף זעװין און בפֿרט די ראָמאַניסטן פֿון „די יונגע‟, דוד איגנאַטאָװ און יוסף אָפּאַטאָשו. אַזאַ מין פֿאַרגלײַכיקע שטודיע װאַרט נאָך אױף איר פֿאָרשער. װי אַ היסטאָרישער דאָקומענט איז אָבער דער ראָמאַן ניט איבעריקס רײַך. לרובֿ קומט די האַנדלונג פֿאָר אין דער העלדינס צימערן, װוּ עס שפּילן זיך האַרץ–רײַסנדיקע סצענעס צװישן איר און אירע קאַװאַלערן, װאָס זי רופֿט בלױז מיט די אותיות א., ב. און ג.

קאַרפּילאָװ איז אַ שאַרפֿזיניקע קריטיקערין פֿון ליטעראַרישע קלישעען, און איר ראָמאַן לײענט זיך װי אַ פּאַראָדיע אױפֿן „שונד‟, און בפֿרט אױף די פֿרױען-ראָמאַנען פֿאַר דער מאַסן–לײענערשאַפֿט. סײַ די אױטאָרין פֿונעם טאָגבוך סײַ די יונגע לײַט װױנען אין אַן אױסגעטראַכטער װעלט. די העלדין איז זיך מודה: „אַזױ פֿיל ביכער אין מײַן לעבן איבערגעלעזען, אין יעדער העלדין זיך געזוכט און װײס ערשט ניט װאָס איך בין!‟ זי דרײט זיך אין אַ פֿאַרכּישופֿטן קרײַזל פֿון פֿרעמדע געפֿילן און אידעען, װאָס זי האָט גענומען פֿון ביכער. די אױסגעטראַכטע „פֿרײַע‟ ליבע ברענגט ניט קײן פֿרײַהײט, און דאָס רעדל ליבעס קען זיך דרײען כּל-זמן די צײַטונג דרוקט די המשכים. דער סוף אָבער קומט אומגעריכט. די העלדין און איר חבֿרטע רעי באַשליסן פּלוצעם מאַכן אַ סוף צו זייער באַציִונג: „מיר װעלן מער דאָ אין ניו–יאָרק ניט זײַן, ס’האָט דערעסן. און דאָרט — כאָטש ערגער, אַבי אַנדערש!‟

דער מאָטיװ פֿון פֿאַרלאָזן ניו–יאָרק און זוכן גליקן אין דער „עכטער‟ אַמעריקע איז אױך געװען גאַנץ פּאָפּולער בײַ ייִדישע שרײַבער. געװײנטלעך אָבער האָט זיך דערפֿון אױסגעלאָזט אַ בױדערם. אַמעריקע איז דעמאָלט געװען ניט פֿרײַנדלעך צו ייִדן, בפֿרט צו יענע, װאָס זײַנען געקומען פֿון ניו–יאָרק. דערפֿאַר קלינגט דער סוף פֿונעם ראָמאַן גלײַכצײַטיק אי קאָמיש אי ביטער. די דאָזיקע „מײדלעך‟ זײַנען פֿאַרמשפּט צו פֿאַרבלײַבן אין זײער ניו–יאָרקער אימיגראַנטישער סבֿיבֿה און קענען ניט אַנטלױפֿן פֿון זײער גורל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version