Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טאָגביכער שילדערן לעבן פֿון גבֿירישער ייִדישער משפּחה אין צאַרישן רוסלאַנדDiaries describe life in a wealthy Jewish family in Tsarist Russia

זינאַיִדאַ פּאָליאַקאָװאַס באַשרײַבונגען אַנטפּלעקן דעם מערקװירדיקן לעבן־שטײגער פֿונעם „קעניג פֿון רוסישע אײַזנבאַנען‟

בעת דער צאַרישער תּקופֿה האָבן רוסישע ייִדן געליטן פֿון כּלערלײ מינים דיסקרימינאַציע און רדיפֿות. זײער מצבֿ איז געװאָרן ספּעציעל שװער נאָכן מאָרד פֿונעם ליבעראַלן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן. די אַנטי–ייִדישע פּאָליטיק פֿון דער רוסישער רעגירונג האָט גורם געװען די ערשטע כװאַליע פֿון מאַסן–עמיגראַציע מעבֿר–לים, און פֿאַרלײגט דעם יסוד פֿאַרן נײַעם ייִדיש–רעדנדיקן ייִשובֿ אין אַמעריקע.

אָבער ניט אַלע ייִדן האָבן געליטן פֿון דער דאָזיקער פּאָליטיק. עס זײַנען געװען פֿאַרשידענע קאַטעגאָריעס „ניצלעכע ייִדן‟, װעלכע האָבן געמעגט װױנען אין די גרױסע שטעט מחוץ דעם ייִדישן „תּחום–המושבֿ‟ און אויך געהאַט אַנדערע פּריװילעגיעס.

אױפֿן שפּיץ פֿון דער דאָזיקער סאָציאַלער פּיראַמידע זײַנען געװען עטלעכע ביז גאָר רײַכע משפּחות: די גינצבורגס אין פּעטערבורג, די בראָדסקיס אין קיִעװ און די פּאָליאַקאָװס אין מאָסקװע. אין זײער לעבן־שטײגער זײַנען זײ געװען ענגלעך צו דער רוסישער אַריסטאָקראַטיע. דאָס אונטערהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען אין די רוסישע הױכע פֿענצטער איז געװען נייטיק סײַ צוליב געשעפֿטן סײַ צוליב דעם סאָציאַלען פּרעסטיזש.

אַ װיכטיקע ראָלע האָבן אין דער נײַ–אױפֿגעקומענער גבֿירישער סבֿיבֿה געשפּילט פֿרױען. אין די פֿריִערדיקע דורות זײַנען ייִדישע פֿרױען געװען פֿאַרטאָן אין האַנדל, בעת זײַערע מענער האָבן געלערנט תּורה. איצט האָבן די מענער געפֿירט גרױסע געשעפֿטן, און פֿרױען זײַנען פֿאַרטאָן געװאָרן אין די משפּחה–ענינים.

מען קאָן אַרײַנקוקן אינעם טאָג–טעגלעכן לעבן פֿון אַ גבֿירישער ייִדישער משפּחה דורך דעם טאָגבוך פֿון זינאַידאַ פּאָליאַקאָװאַ (1863–1952). זי האָט געהאַלטן טאָגביכער אױף רוסיש אין משך פֿון איר לאַנגן לעבן. די ערשטע צװײ העפֿטן פֿונעם טאָגבוך פֿון די יאָרן 1875 ביז 1887 זײַנען איצט אַרױס אין דער ענגלישער איבערזעצונג און מיט אַ הקדמה פֿון פּראָפֿעסאָר שעראַן פֿריז פֿונעם בראַנדײַס–אוניװערסיטעט. די דאָזיקע הקדמה איז אַ װאָגיקע היסטאָרישע פֿאָרשונג װעגן דעם לעבן פֿון דער ייִדישער גבֿירישער עליטע אינעם צאַרישן רוסלאַנד, װאָס באַזירט זיך אױף אַ שלל נײַע װיכטיקע דאָקומענטן.

זינאַידאַ האָט באַקומען איר רוסישן נאָמען אין אָנדענק פֿון זלאַטע, איר באָבע פֿונעם פֿאָטערס צד. איר פֿאָטער לאַזאַר פּאָליאַקאָװ האָט זיך קונה–שם געװען װי דער „קעניג פֿון רוסישע אײַזנבאַנען‟. דאָס געלט, װאָס ער האָט פֿאַרדינט דורכן בױען אײַזנבאַנען אין רוסלאַנד, האָט ער אַרײַנגעלייגט איּן זײַן באַנק, װאָס האָט באַדינט מיט הלװאָות גרױסע רוסישע פּריצים.

די משפּחה פּאָליאַקאָװ האָט זיך באַזעצט אין מאָסקװע אין 1870, און לאַזאַר איז געװאָרן אַ גוטער פֿרײַנד מיטן מאָסקװער גובערנאַטאָר, דעם פֿירשט װלאַדימיר דאָלגאָרוקאָװ. דאָלגאָרוקאָװ איז געװען אַ פּריץ, װאָס האָט ליב געהאַט מתּנות און פֿאַר דעם האָט ער געמאַכט כּלערלײ טובֿות צו זײַנע ייִדישע פֿרײַנד.

די ברידער פּאָליאַקאָװ, לאַזאַר, שמואל און יעקבֿ האָבן געשטאַמט פֿונעם שטעטל דובראָװנע אין װײַסרוסלאַנד. בשעתו האָבן זײ באַקומען אַ ברכה אױף זײערע געשעפֿטן פֿונעם דריטן ליובאַװיטשער רבי ר’ מנחם–מענדל שניאורסאָן. זינאַידאַס מאַמע ראָזאַליאַ האָט געהאַלטן אַ כּשרע שטוב, די משפּחה האָט געפּראַװעט ייִדישע יום–טובֿים אָבער ניט געהיט שבת װײַל דאָס װאָלט געשטערט זײער סאָציאַלן שטײגער. לאַזאַר האָט אױסגעפּועלט בײַ זײַן פֿרײַנד דאָלגאָרוקאָװ אַ דערלױבעניש צו בױען אַ פּריװאַטע שיל לעבן זײַן הױז. הײַנט איז דאָס אײנע פֿון די מאָסקװער חב״ד–שילן.

זינאַיִדאַ איז געװאַקסן צװישן דער סמעטענע פֿון דער מאָסקװער געזעלשאַפֿט. זי האָט געהאַט פּריװאַטע לערער פֿון פֿרעמדע שפּראַכן, ליב געהאַט צו טאַנצן אױף די בעלער, האָט באַזוכט טעאַטער און אָפּערע. אַזױ װי אַנדערע גבֿירישע משפּחות, זײַנען די פּאָליאַקאָװס געװען שטאַרק באַזאָרגט מיט געפֿינען אַ פּאַסיקן שידוך פֿאַר זײערע טעכטער. דאָס איז געװען אַ שװערע טירחה און זינאַידאַ האָט חתונה געהאַט ערשט צו 28 יאָר.

איר חתן ראובֿן גבי (גובאַי) האָט פֿונעם מוטער–צד געשטאַמט פֿון דער ענגליש–אינדיער ייִדישער משפּחה שׂשׂון. ער האָט מיטגעבראַכט דעם ייִחוס צו דעם שידוך, און די כּלה איז געקומען מיט געלט. מען האָט געפּראַוועט זײער חתונה אין מאָסקװע און דערנאָך האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק באַזעצט אין פּאַריז. דאָס משפּחה–לעבן איז ניט געװען גליקלעך. ראובֿן האָט ניט געקאָנט פֿאַרשטײן זײַן פֿרױס ליבע פֿאַר דער רוסישער קולטור. ער איז למשל געװאָרן ברוגז װען זינאַידאַ האָט געװאָלט פֿײַערן דעם נײַ–יאָר מיט שאַמפּאַניע לױטן רוסישן מינהג.

דאָס יאָר 1891 איז געװען ביטער פֿאַר מאָסקװער ייִדן. דער נײַער גובערנאַטאָר סערגײ אַלעקסאַנדראָװיטש, דער ברודער פֿונעם צאַר ניקאָלײַ דעם צװײטן, איז געװען אַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט און דערבײַ האָט ניט גענומען קײן כאַבאַר. ער האָט געהײסן אַרױסטרײַבן אַלע ייִדן, װאָס האָבן ניט געהאַט קײן געהעריקע דערלױבעניש אױף צו װױנען אין מאָסקװע. דער דאָזיקער גירוש האָט ניט באַטראָפֿן לאַזאַרס משפּחה דירעקט, אָבער אַ פּאָר װײַטע קרובֿים האָבן יאָ געליטן דערפֿון.

לאַזאַרס עקאָנאָמישע מפּלה האָט זיך אָנגעהױבן מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, װען זײַן באַנק האָט באַנקראָטירט. די דאָזיקע צרות האָבן נאָך טיפֿער פֿאַרערגערט זינאַידאַס באַציִונגען מיט ראובֿן, װעלכער האָט זיך געריכט צו ירשענען זײַן שװערס פֿאַרמעגן. זינאַידע האָט נאָך געהאַט אױסצושטײן ערגערע צרות, אָבער זי האָט איבערגעלעבט די נאַציסטישע אָקופּאַציע אין פּאַריז און געשטאָרבן אין אָרעמקײט אין 1952. איר אײנציקער פֿאַרמעגן איז געװען דער אוהל אױף דעם פּאַריזער בית–עולם מאָנפּאַרנאַס.

אירע טאָגביכער זײַנען פֿאַרבליבן אַן אוניקאַלער היסטאָרישער מקור, װאָס אַנטפּלעקט דעם מערקװירדיקן פֿענאָמען פֿונעם עקאָנאָמישן אױפֿקום פֿון ייִדישע גבֿירים אינעם צאַרישן רוסלאַנד.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.