צרות מיטן צוגרייטן זיך אויף פּסח בשעת דער מגפֿהThe difficulties of preparing for Passover in the COVID-19 era
אויב מע וועט אָפּלאָזן די אויסלענדישע אַרבעטער צוליב דעם ווירוס, קאָן עס געבן אַ גרויסן קלאַפּ דער מצה־אינדוסטריע.
דער חודש ניסן ווערט אַסאָציִיִרט מיטן אויסרייניקן די הײַזער, מיטן באַקן מצות און אײַנקויפֿן ריזיקע סכומען עסן לכּבֿוד פּסח.
הײַאָר איז אָבער אויסגעבראָכן אין דער וועלט אַ פּלוצעמדיקע ווירוס־מחלה, וואָס האָט שוין געבראַכט אַ גרויסן שאָדן אונדזערע פּסחדיקע צוגרייטונגען.
ווי באַטראַכט מען דעם נײַעם ווירוס איז אַן אַנדער קשיא. די מגפֿה האָט גורם געווען אַ גאַנצע ריי טעאָריעס. ס׳רובֿ תּושבֿים פֿון רוסלאַנד באַטראַכטן דעם קאָראָנאָוויריס בלויז ווי אַ נײַער מין גריפּע אָדער לונגען־אָנצינדונג. ביידע קרענק נעמען אַוועק הונדערטער טויזנטער מענטשן אַ יאָר אויף דער וועלט. דערצו, בלײַבט רוסלאַנד אַ לאַנד, וווּ ביז איצט האָבן בלויז 438 מענטשן באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון קאָראָנאַווירוס, על־פּי־רובֿ אײַנוווינער פֿון גרויסע שטעט, וווּ עס טרעפֿן זיך אַ סך אויסלענדער.
אין ירושלים האָבן די מצה־הענדלער איבערגעגעבן, אַז די מעשׂה מיטן ווירוס פֿאַרשאַפֿט זיי אַן ערסנטן דוחק אין מצה, בפֿרט ווײַל ייִדן וואָס פֿאָרן געוויינטלעך אַוועק אויף פּסח וועלן איצט דאַרפֿן האָבן מצה אויף אַ גאַנצער וואָך. דערצו פֿאַרלאָזן זיך די אַמעריקאַנער מצה־בעקערײַען אויף אַ סך כינעזישע מכרישים. בכלל קומען אַ סך מאכלים, געפֿעס, מכשירים פֿון כינע אָבער הײַיאָר האָט מען צוליב דער פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס אין כינע באַשלאָסן צו ברענגען טײַערע מינים סחורה פֿון טערקײַ. און ווען דער נאָכפֿרעג איז העכער ווי דער זאַפּאַס, וועלן אַוודאי שטײַגן די פּרײַזן.
דערצו, באַווײַזן זיך דאָרט כּסדר אימיגראַנטישע אַרבעטער פֿון אַנדערע לענדער — למשל, מעקסיקע. אויב מע וועט זיי הײַיאָר אָפּלאָזן צוליב דער ווירוס־מהומה, קאָן עס געבן נאָך אַ קלאַפּ דער מצה־אינדוסטריע.
און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ — אַ סך ייִדישע בעל־הביתטעס, בפֿרט אין אַמעריקאַנער און מערבֿ־אייראָפּע חסידישע משפּחות, רייניקן זייערע הײַזער נישט אַליין, נאָר מיט דער הילף פֿון אַ דינסט אָדער עטלעכע דינסטן. אָפֿטמאָל טוט די בעלי־הביתטע אַליין אַבסאָלוט גאָרנישט און פֿירט בלויז אָן מיט דער פֿאַרוואַטלונג איבערן פּראָצעס. די דינסטן קומען פֿון כּלערליי מקומות — מיזרח־אייראָפּעיִשע, לאַטײַן־אַמעריקע, אַזיאַטישע. זיי קאָכן אויך די יום־טובֿדיקע סעודות פֿאַר גרויסע הויזגעזינדן. ווי אַזוי קאָן אַ הײַנטיקע בעל־הביתטע זיך באַגיין אָן זייער אַרבעט?
בײַ מער מאָדערנע פֿאַרמעגלעכע פֿרומע משפּחות איז פֿאַרשפּרייט די מאָדע צו פֿאַרברענגען דעם גאַנצן פּסח אין אַ ספּעציעלן האָטעל, וווּ אַלץ איז פֿאַר זיי אָפּגעכּשרט און צוגעגרייט פֿון פֿריִער. און ווער איז דאָרט דער פּערסאָנאַל? אויך אימיגראַנטן, די זעלבע כינעזער.
די סכּנה איז, צום באַדויערן, אַן ערנסטע. למשל, דעם 12טן מאַרץ האָט מען פֿאַרמאַכט פֿינף שילן צווישן קווינס און לאָנג־אײַלענד, וווּ מע האָט אַנטדעקט דעם קאָראָנאַווירוס בײַ אַ מתפּלל. די מאָדערן־אָרטאָדאָסשישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע „יועצות‟ האָט אַפֿילו געפּסקנט, אַז אין דער הײַנטיקער סיטואַציע איז נישט כּדאַי זיך טובֿלען אין מיקווה, און ס׳איז אַפֿילו אַ גרויסע עבֿירה.
אין די חסידישע קהילות טובֿלען זיך ווײַטער מענער יעדן אינדערפֿרי פֿאַרן דאַוונען; דער הייליקער בעל־שם־טובֿ האָט דאָך געזאָגט, אַז מיקווה קאָן נישט שאַטן! ס׳איז אָבער כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די גרויסע צדיקים האָבן אויך אויסגעאַרבעט אַ גאָר קאָמפּליצירטע סיסטעם פֿון הייליקע כּוונות בײַם טובֿלען, אַליין געגאַנגען אין טײַכן און צומאָל אַפֿילו אין אײַזערנעם וואַסער. אַזאַ פּראַקטיק איז שווער פֿאַר אַ דורכשניטלעכן מענטש, נאָר זיכער אַ סך ריינער און היגיענישער.
ס׳איז וויכטיק בכלל אָנצוהאַלטן פּשוטע היגיענישע נאָרמעס. ווי עס גלייבן אַ טייל היסטאָריקער, האָט די ייִדישע מיצווה צו וואַשן די הענט פֿאַרן עסן אַפֿילו אָפּגעראַטעוועט אין מיטל־עלטער גאַנצע ייִדישע קהילות פֿון פּעסט־מגיפֿות.
אין כינע, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פּראָבירט מען שוין אויס אַן עקספּערימענטאַלע וואַקצין קעגן דער מחלה, ווי אויך עפֿעקטיווע מעדיקאַמענטן פֿאַר די קראַנקע. סוף־כּל־סוף, איז דאָס בלויז אַ שלעכטע פֿאָרעם פֿונעם ווירוס פֿון אַ לונגען־אָנצינדונג. אַן ענלעכן ווירוס, „סאַרס‟, האָט מען לאַנג שטודירט און מיט דערפֿאָלג אויסגעראָטן.
ווילט זיך האָפֿן, אַז אין גיכן וועלן מיר פֿאַרגעסן פֿונעם שרעקלעכן ווירוס און בײַם קומענדיקן סדר, ווען מע ציילט איבער די מכּות־מצרים, וועלן זיי דערמאָנען די מכּות בלויז טעאָרעטיש, ווי אַ מוסר־מעשׂה פון ווײַטן אַמאָל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO