איבער 100 באַשטעטיקטע פֿאַלן פֿון קאָראָנאַווירוס בײַם חרדישן עולם אין ברוקליןOver 100 confirmed cases of COVID-19 among Haredi Jews in Brooklyn
„הצלה‟ זאָגט אַז מע זאָל נישט גיין אין מיקווה און משפּחות זאָלן נישט גיין באַזוכן עלטערע מענטשן.
צו הערן אַן אוידיאָ־רעקאָרדירונג וועגן דער ידיעה פֿון „אידיש־24‟ גיט אַ קוועטש דאָ
בײַ די פֿרומע קרײַזן אין באָראָ־פּאַרק, וויליאַמסבורג און קראַון הײַטס האָט מען דינסטיק באַשטעטיקט אַז 100 מענטשן האָבן זיך אָנגעשטעקט פֿונעם קאַראָנאָ־ווירוס, גיט איבער „המודיע‟.
50 פּאַציענטן זענען פֿון די באָבעווער קרײַזן.
אינעם נײַעס־באַריכט האָט כאַסקי ראָזענבערג, אַ באָבעווער עסקן וואָס איז אויך אַ פּאַראַמעדיקער, געזאָגט אַז אין קראַון־הײַטס זענען שוין 10 פּאַציענטן צוגעבונדן צו אָטעם־מאַשינען. ער האָט צוגעגעבן אַז מענטשן עלטער פֿון 60 יאָר זענען צום מערסטן אין אַ סכּנה פֿון דער מגפֿה און זאָלן בלײַבן אין דער היים, אין גאַנצן אָפּגעזינדערט פֿון אַנדערע מענטשן.
משפּחות זאָלן נישט גיין באַזוכן די עלטערע מענטשן ווײַל דאָס שטעלט זיי אין אַ סכּנה.
„הצלה‟ זאָגט אַז מענטשן זאָלן אין אַלגעמיין זאָלן זיך צוריקהאַלטן פֿון גיין אויף שׂימחות; מע זאָל נישט גיבן די הענט פֿאַר אַנדערע; מע זאָל אַנולירן אַלע אומוויכטיקע באַשטעלונגען און קיין מאָל נישט ניצן קיין האַנטעך באַניצט פֿון אַנדערע מענטשן.
As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.
ס׳איז אויך אַ סכּנה צו גיין אין מיקווה, האָט „הצלה‟ געוואָרנט.
אַלע דאַרפֿן אין זינען האָבן, ווען זיי גייען צווישן מענטשן, זאָלן זיי זיך אָפּזינדערן פֿון זיי מיט בערך 6 פֿוס.
This gives me hope. A PSA in Yiddish in Borough Park encouraging people to stay home as much as possible because of the coronavirus. pic.twitter.com/O1aRF9qtAG
— Laura E. Adkins (@Laura_E_Adkins) March 17, 2020
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO