ווידעאָ: משה אוישער זינגט אַ ייִדיש ליד נוסח סווינגWATCH: Moishe Oysher sings Yiddish swing
דער דועט מיט דער אַקטריסע פֿלאָרענץ ווײַס איז מסתּמא ניט קיין ליד וואָס מע האָט אַמאָל געהערט אין שטעטל.
משה אוישער און זײַן דעמאָלטיקע פֿרוי פֿלאָרענץ ווײַס האָבן געשפּילט צוזאַמען אין אַ צאָל ייִדישע פֿילמען במשך פֿון די סוף־1930ער יאָרן. ביידע אויסגעצייכנטע זינגער, האָבן זיי געקלונגען נאָך בעסער ווען זיי האָבן אויפֿגעטראָטן אין איינעם.
אינעם פֿילם „יאַנקל דער שמיד‟ שפּילט פֿלאָרענץ ווײַס אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי, רבֿקה, וואָס איר מאַן איז איר נימאס געוואָרן, פּרובירט זי צו פֿאַרפֿירן דעם שמיד יאַנקל (משה אוישער) דורכן זינגען מיט אים שיינע לידער.
ס׳איז מיר ניט קלאָר, צי דאָס סווינג־ליד „לעבעדיק און פֿריילעכס‟ איז עפּעס וואָס אַ ייִדיש מיידל וואָלט טאַקע זיך אויסגעלערנט אין דער גרויסער שטאָט און אַרײַנגעבראַכט אין שטעטל, צי עס האַנדלט זיך בלויז וועגן אַן אַנאַכראָניזם (דער פֿילם, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין דער אַלטער היים, איז פּראָדוצירט געוואָרן אין אַמעריקע). ווי עס זאָל ניט זײַן, איז עס וווּנדערלעך שיין.
„יאַנקל דער שמיד‟ האָט מען געמאַכט אויפֿן סמך פֿון דוד פּינסקיס פּיעסע פֿונעם זעלביקן נאָמען, אונטערן רעזשי פֿון עדגאַר אָלמער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor