Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: טריילער פֿאַר נעטפֿליקס־סעריע „נישט־אָרטאָדאָקסיש‟ נעמט אַרײַן דיאַלאָגן אויף ייִדישWATCH: Trailer for Netflix series “Unorthodox” includes Yiddish dialogue

די פּראָגראַם שילדערט דאָס לעבן פֿון אַ ברוקלינער מיידל, וואָס פֿאַרלאָזט איר חסידישע משפּחה און הייבט אָן אַ נײַ לעבן אין בערלין.

דער אומדערוואַרטער רענעסאַנס פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פֿילמען און טעלעוויזיע־סעריעס גייט אָן ווײַטער.

„נעטפֿליקס‟ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט דעם טריילער פֿאַר דער נײַער סעריע Unorthodox („נישט־אָרטאָדאָקסיש‟), וואָס דערציילט וועגן אַ פֿרוי וואָס פֿאַרלאָזט איר חסידישע משפּחה אין ברוקלין און הייבט אָן פֿון ס׳נײַ אין בערלין. די סעריע, אינספּירירט פֿון דבֿורה פֿעלדמאַנס בוך זכרונות פֿונעם זעלביקן נאָמען, פֿאָלגט אָבער דאָס לעבן פֿון אַ פֿיקטיווער העלדין. די סעריע איז רעזשיסירט געוואָרן דורך מאַריאַ שנאַדער..

די הויפּטראָלע פֿון אסתּר שאַפּיראָ שפּילט די ישׂראלדיקע אַקטריסע שירה האַס, וואָס איז שוין באַקאַנט פֿאַר איר ראָלע ווי רוחמה אין דער פּאָפּולערער „נעטפֿליקס‟־סעריע „שטיסל‟..

אַ טייל פֿון די העלדן ווערן געשפּילט דורך ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן: דזשעף ווילבוש, אַ דײַטשישער אַקטיאָר וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער ירושלימער היים, שפּילט משה לעפֿקאָוויטש. דוד מאַנדעלבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟ און אַנדערע אַקטיאָרן פֿאַרבונדן מיטן טעאַטער שפּילן אויך אין דער סעריע, אַרײַנגערעכנט רונית אַשרי, געראַ סאַנדלער, מלכּה ווײַס, מלכּה גאָלדמאַן, מירע קעסלער און משה לאָבעל. דער זינגער און אַקטיאָר דניאל קאַהן שפּילט די ראָלע פֿון אַ בדחן אין דער סעריע און דער דירעקטאָר פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟, טל חבֿר־כיבאָווסקי, טרעט אויף אין די צוויי ערשטע קאַפּיטלען.

דער אַקטיאָר און איבערזעצער אלי ראָזען האָט געדינט ווי דער ייִדיש־קאָנוסלטאַנט, איבערזעצער און דיאַלעקט־טרענירער פֿאַר „נישט־אָרטאָדאָקסיש‟, לערנענדיק שירה האַס און אַנדערע אַקטיאָרן ווי אַזוי ריכטיק אַרויסצורעדן זייערע רעפּליקן אויף ייִדיש. ראָזען האָט דערציילט דעם פֿאָרווערטס, אַז אַ העלפֿט פֿונעם דיאַלאָג אין דער סעריע איז אויף ייִדיש. כאָטש ס׳רובֿ פֿון דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין ברוקלין, האָט מען מערסטנס פֿילמירט אין בערלין, שאַפֿנדיק דורך דעקאָראַציעס און קאָסטוימען חסידישע דירות אין דער דײַטשישער קרוינשטאָט (די שטרײַמלעך האָט מען געדאַרפֿט אַליין מאַכן, ווײַל קיין שטרײַמל־הענדלער האָט ניט געוואָלט פֿאַרקויפֿן זײַן סחורה די אַקטיאָרן צי קאָסטיום־דיזײַנערס).

די סעריע, וואָס באַשטייט פֿון 4 איין־שעהיקע קאַפּיטלען, וועט מען קענען זען אויף „נעטפֿליקס‟, אָנהייבנדיק דאָנערשטיק, דעם 26סטן מאַרץ. אַ לענגערער באַריכט וועגן דער סעריע, אַרײַנגערעכנט אינטערוויוען מיט אלי ראָזען און אַנדערע אַקטיאָרן, וועט אַרויס אינעם פֿאָרווערטס אַ פּאָר טעג פֿריִער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version