Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װאַנדערונגען פֿון אַ ליטװאַק איבער ישיבֿות און לענדערA Litvak’s wanderings through yeshivas and countries

משה־אַהרן ריגערס אױטאָביאָגראַפֿיע שילדערט די װעלט פֿון ליטװישע ישיבֿות אין דער תּקופֿה פֿון גרױסע היסטאָרישע דערשיטערונגען.

די זכרונות פֿון משה־אַהרן ריגער (אױף ענגליש שרײַבט מען זײַן נאָמען Reguer) זײַנען אַ ביז גאָר אינטערעסאַנטער דאָקומענט, װאָס אַנטפּלעקט די פּסיכאָלאָגישע איבערלעבונגען און דעם אינטעלעקטועלן געדאַנקענגאַנג פֿון אַ יונגן פֿרומען ייִד בעת דער תּקופֿה פֿון גװאַלדיקע היסטאָרישע אױפֿטרײסלונגען אין מיזרח־אײראָפּע.

משה־אַהרן ריגער האָט אָנגעהױבן שרײַבן זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע אינעם עלטער פֿון 23 יאָר. דאָס איז פֿאַר אים געװען אַן אופֿן צו באַטראַכטן די אײגענע אַנטװיקלונג בעת דער דראַמאַטישער היסטאָרישער תּקופֿה, װאָס האָט חרובֿ געמאַכט די אַלטע װעלט. זײַן טאָכטער, שׂרה ריגער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אין ברוקלין־קאָלעדזש, האָט איבערגעצט דעם טעקסט פֿון העברעיִש אױף ענגליש און צוגעגעבן אירע אײגענע זכרונות, שמועסן מיטן פֿאָטער, װי אױך די בריװ, װאָס דער פֿאָטער האָט באַקומען פֿון זײַן פֿאָטער און שװעסטער פֿון בריסק צװישן 1936 און 1941. די פֿאַקסימילע־רעפּראָדוקציעס פֿון די אָריגינעלע בריװ זײַנען אינטערעסאַנט ניט נאָר לױט זײער אינהאַלט אָבער אױך װי אַ מוסטער פֿונעם ליטווישן ייִדיש פֿון יענער תּקופֿה.

משה־אַהרן איז געבױרן געװאָרן אין 1903 בײַ אַ מיוחסדיקער לומדישער משפּחה אין דער שטאָט בריסק. זײַן פֿאָטער איז געװען דער באַרימטער בריסקער דיין ר’ שׂמחה־זעליג ריגער, און דער לעבנסגאַנג פֿון דעם יונגן משה־אַהרן האָט אױסגעזען באַשטימט: ער וועט זיך לערנען בײַ די בעסטע מלמדים אין די חשובֿסטע ליטװישע ישיבֿות און דערנאָך װערן אַ רבֿ אין אײנער פֿון די גרױסע און חשובֿע ליטװישע קהילות.

אָבער די דראַמאַטישע איבערקערענישן אין דער אײראָפּעיִשער געשיכטע האָבן צעשטערט דעם דאָזיקן פּלאַן. נאָך אײדער משה־אַהרן איז געוואָרן אַ בר־מצווה האָט אױסגעבראָכן די ערשטע װעלט־מלחמה. די עלטערן האָבן אים געשיקט וואָס װײַטער פֿונעם פֿראָנט — קײן װאָלאָזשין, װוּ עס האָט געוווינט זײַן זײדע. דאָס ייִנגל האָט זיך מיט ברען אַרײַנגעטאָן אין די לימודים, אָבער זײַן קינדישע נײַגיריקײט האָט אים געצױגן אין אַ זײַטיקער ריכטונג. ער האָט זיך דערװוּסט, אַז עס איז דאָ אַ רוסישע שול אין דער שטאָט, און האָט אױסגעפּועלט בײַ דעם דירעקטאָר, מען זאָל אים אַרײַננעמען װי אַ תּלמיד.

Lithuanian Yeshiva

ער דערמאָנט זיך: „איך בין געגאַנגען אין דער שול בסוד, װײַל איך האָב מורא געהאַט פֿאַרן זײדן. ער װאָלט מיך זיכער באַשטראָפֿט.‟ און אַזױ איז טאַקע געשען. אײן מאָל, „האָט זיך אַרײַנגעמישט דער שׂטן‟, און אַ שװעסטערקינד האָט אים באַמערקט אױף דער גאַס מיט אַנדערע קינדער פֿון דער רוסישער שול, און האָט דערצײלט דער באָבען זײַנער. ער האָט געמוזט פֿאַרגעסן װעגן די װעלטלעכע לימודים און האָט זיך װידער אַרײַנגעטאָן אין גמרא.

אַן אַנדערש מאָל איז דער יצר־הרע צו אים צוגעטראָטן אין דער צורה פֿון דער העברעיִשער דיכטונג. אינעם װאַלד לעבן װאָלאָזשין איז געװען אַ בערגל, װאָס מען האָט גערופֿן „ביאַליקס בערג‟: „ביזן הײַנטיקן טאָג (דאָס הײסט, אַרום 1914) זײַנען דאָרט פֿאַראַן צװײ גרױסע שטײנער, אױף װעלכע ביאַליק פֿלעגט זיצן און פֿאַרפֿאַסן זײַנע לידער.‟ די ישיבֿה־בחורים, װאָס האָבן בסוד געלײענט װעלטלעכע ביכער, פֿלעגן עולה־רגל זײַן צו דעם דאָזיקן בערגל. דאָרט האָבן זײ געשמועסט װעגן דער השׂכּלה און צו מאָל טרעפֿן זיך מיט מײדלעך.

דער יונגער משה־אַהרן האָט מקנא געװען ציוניסטן, װאָס האָבן געקענט רעדן פֿליסיק העברעיִש, אָבער זײער פּאָליטישע פּראָגראַם פֿון אױפֿבױען אַ װעלטלעכע ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל איז אים געװען דערװידער. נאָך דער רעװאָלוציע אין פֿעברואַר פֿון 1917, װאָס האָט אױף אַ קורצער צײַט דערמעגלעכט אַ פֿרײַע פּאָליטישע אַקטיװיטעט אין רוסלאַנד, האָט משה־אַהרן אין אײנעם מיט אַ גרופּע בונדיסטן אַקטיװ אַגיטירט קעגן ציוניסטן. די פֿרומע פּאַרטײ, דערקלערט ער, „האָט ניט געהאַט קײן מורא פֿאַר די לינקע, װײַל דער מהלך צװישן זײ איז געװען גאַנץ װײַט. אָבער זײ האָבן שטאַרק מורא געהאַט פֿאַר ציוניסטן, דעם אינעװײניקן שׂונא, װעלכער האָט אונטערגעריסן די יסודות פֿון דער אמונה. זײ זײַנען געװען מער געפֿערלעך, װײַל זײ האָבן געוווּסט װי צו אַטאַקירן און צעשטערן.‟ אָבער אין זײַן אײגענער משפּחה זײַנען די צרות געקומען טאַקע פֿון די לינקע. זײַנע צװײ ברידער זײַנען אַװעק פֿון דער אמונה. אײנער איז געװאָרן אַ קאָמוניסט און דער צװײטער — אַ סאָציאַליסט, װאָס האָט פֿאַרשאַפֿן עגמת־נפֿש דעם פֿאָטער.

ריגערס זכרונות שילדערן לעבעדיקע פּאָרטרעטן פֿון חשובֿע ליטװישע רבנים, װי ר’ חיים סאָלאָװײטשיק, ר’ נפֿתּלי צבֿי יהודה בערלין (הנצי”בֿ), ר’ אלחנן ספּעקטאָר. פֿון װאָלאָזשין איז משה־אַהרן אַריבער קײן סלוצק, און דערנאָך האָט ער זיך געלערנט אין סלאָבאָדקע. ער באַשרײַבט פּרטימדיק דעם אַמאָליקן שטײגער פֿון די דאָזיקע ישובֿות. די פֿרומע װעלט האָט שטאַרק געליטן בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה װען די ייִדישע ליטע, דער שטח װאָס נעמט אַרײַן די הײַנטיקע ליטװישע רעפּובליק און װײַסרוסלאַנד, איז צעשפּאָלטן געװאָרן צװישן דער רוסישער און דער דײַטשישער אַרמײ. די סלוצקער ישיבֿה איז אַװעק קײן אוקראַיִנע און האָט זיך צײַטװײַליק באַזעצט אין דער שטאָט קרעמענטשוג. משה־אַהרן האָט איבערגעלעבט די בלוטיקע פּאָגראָמען בעתן רוסישן בירגערקריג, און האָט זיך סוף־כּל־סוף אומגעקערט קײן ליטע, װאָס איז געװאָרן אַ טײל פֿון דער נײַער פּױלישער רעפּובליק.

משה־אַהרן ריגער האָט געהאַט אַ גוטן מזל. נאָך לאַנגע יאָרן פֿון לערנען זיך אין פֿאַרשידענע ישיבֿות האָט ער באַשלאָסן ממשיך צו זײַן זײַן בילדונג אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים. פֿון ארץ־ישׂראל איז ער אַריבער קײן אַמעריקע און געלערנט ביז 1974 אין ישיבֿה־אוניװערסיטעט. אין אַמעריקע האָבן אױך געװױנט זײַנע „לינקע‟ ברידער, און אײנער פֿון זײ האָט געאַרבעט אין פֿאָרװערטס. זײַן פֿאָטער און דאָס רעשט פֿון דער משפּחה, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן אין בריסק, זײַנען אַלע אומגעקומען אינעם חורבן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.