ווידעאָ: זײַט זיך משׂמח פּורים מיט די חנעוודיקע לידערWATCH: Celebrate Purim with these old favorites
שיינע נוסחאָות פֿון „דער רבי אלימלך‟ און „האָפּ מײַנע המן־טאַשן‟ געזונגען פֿון די ברידער לעמער, שׂרה גאָרבי, טעאָדאָר ביקעל און יצחק פּערלמאַן.
פּורים איז איינער פֿון די פֿריילעכסטע יום־טובֿים אינעם לוח און דערפֿאַר גלוסט זיך דעמאָלט צו זינגען. צווישן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער צייכענען זיך אויס צוויי סײַ מיט זייער פּאָפּולאַריטעט, סײַ מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקייט.
אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז „דער רבי אלימלך‟ אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד, ווײַל מע ווייסט, אַז משה נאַדיר האָט עס אָנגעשריבן אין 1927. אָבער ס׳איז סײַ ווי סײַ פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און מיט דער צײַט האָט מען עס געזונגען אין פֿאַרשידענע וואַריאַנטן.
דאָס ליד אַליין דערמאָנט ניט דעם יום־טובֿ פּורים, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס דער רבי אלימלך וואָלט זיך אַזוי אָנגעשיכּורט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. אינעם דאָזיקן פֿילם זינגען די ברידער לעמער (יעקבֿ, כעסקי און שלום) זייער נוסח פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן דער נוסח פֿונעם באַקאַנטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, באַגלייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער ישׂראל זוהר און אַן אָרקעסטער.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען געלערנט דאָס ליד „המן־טאַשן‟ („יאַכנע דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט‟ אָדער „האָפּ מײַנע המן־טאַשן‟) אין כּמעט אַלע וועלטלעכע ייִדישע שולן. כאָטש הײַנט ווערט עס, אַזוי ווי „אַז דער רבי אלימלך‟, באַטראַכט ווי אַ פֿאָלקסליד, ווייסט מען יאָ, אַז מ. פּיראָזשניקאָוו האָט עס מחבר געווען.
אָט איז דער באַקאַנטסטער נוסח פֿונעם ליד, וואָס טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל האָט רעקאָרדירט אין 1967.
אַ מער טראַדיציאָנעלן נוסח הערט מען אויף שׂרה גאָרביס רעקאָרדירונג:
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO