די מיסטעריע פֿונעם ייִדישן סקולפּטאָר יצחק איטקינדThe mystery of Jewish sculptor Isaac Itkind
זײַנע הילצערנע סקולפּטורן זײַנען לעבעדיק און אינספּירירנדיק, כאָטש ער האָט לאַנגע יאָרן געליטן גרויסע יסורים.
אױף דער אױסשטעלונג פֿון דער הײַנטצײַטיקער קונסט „גאַראַזש‟ וואָס געפֿינט זיך איצט אינעם מאָסקװער מוזײ, קען מען באַקוקן עטלעכע זעלטענע װערק פֿונעם סקולפּטאָר יצחק איטקינד (בערך 1871־1969). דאָס זײַנען מענטשלעכע קעפּ, זײער געקינצלט אױסגעשניטן פֿון גאַנצע גרױסע שטיק האָלץ. די פּנימער קוקן אַרױס פֿון דער מאַסע פֿון געבױגענע איבערגעפֿלאָכטענע צװײַגן. פֿאַר זײַנע סקולפּטורן האָט איטקינד ספּעציעל געזוכט גראָבע מאַסיװע געקרימטע קאָרטשן, אָבער די פּנימער, װאָס ער האָט פֿון זײ אױסגעשניטן, זײַנען לעבעדיק און אײדלגײַסטיק, אין קאָנטראַסט צו דער גראָבקײט פֿונעם הילצערנעם שטאָף.
אינעם קאַטאַלאָג פֿון דער אױסשטעלונג דערצײלט מען אַ ביז גאָר מערקװירדיקע ביאָגראַפֿיע פֿונעם סקולפּטאָר. איטקינד איז געבױרן געװאָרן אין דער ליטװישער שטאָט סמאָרגאָן (הײַנט אין בעלאַרוס) און האָט זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה און אַפֿילו באַקומען סמיכה אױף רבנות. ער האָט חתונה געהאַט און געאַרבעט װי אַ בוכבינדער אין זײַן שטאָט, ביז ער האָט זיך אײן טאָג אָנגעשטױסן אױף אַ בוך װעגן דעם באַרימטן סקולפּטאָר, זײַן לאַנדסמאַן מאַרק (מרדכי) אַנטאָקאָלסקי. דאָס האָט אים געגעבן חשק זיך צו נעמען שנײַדן פֿיגורן פֿון שטיק האָלץ. זײַנע װערק האָבן אַ פּנים געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױפֿן ייִדישן שרײַבער פּרץ הירשבײן, װעלכער האָט אָנגעשריבן אַן אַרטיקל װעגן איטקינדס װערק. איטקינד איז באַגײַסטערט געװאָרן און האָט זיך גענומען ערנסט שטודירן סקולפּטור, לכתּחילה אין װילנע און דערנאָך אין מאָסקװע.
אין מאָסקװע האָט איטקינד זיך באַלד קונה־שם געװען מיט זײַנע אײגנאַרטיקע סקולפּטורן. אין 1918 האָט דער טעאַטער „הבימה‟ אָרגאַניזירט פֿאַר אים אַן אױסשטעלונג און אין די יאָרן 1920 האָט איטקינד זיך געלערנט קונסט אין דער קינדער־קאָלאָניע אין מאַלאַכאָװקע לעבן מאָסקװע צוזאַמען מיט מאַרק שאַגאַל, דער נסתּר און אַנדערע חשובֿע ייִדישע קינסלטער און שרײַבער.
אין די 1920ער – 1930ער יאָרן איז איטקינד געװאָרן אײנער פֿון די סאַמע באַרימטע און דערפֿאָלגרײַכע סאָװעטישע סקולפּטאָרן. ער איז אױך געװען אַ פֿרײַנד מיט די סאַמע פּני פֿון דער סאָװעטישער קולטור, צװישן זײ — דער מחבר מאַקסים גאָרקי און דער דיכטער װלאַדימיר מאַיאַקאָװסקי. אין 1937 האָבן זײַנע דרײַ סקולפּטורישע פּאָרטרעטן פֿונעם רוסישן דיכטער אַלעקסאַנדער פּושקין געװוּנען די הױפּטפּרעמיע אױף דעם אַלסאָװעטישן קאָנקורס. אָבער באַלד נאָך דעם, בעת די סטאַליניסטישע רדיפֿות, איז איטקינד אַרעסטירט געװאָרן. די געהײם־פּאָליצײ האָט אים שטאַרק געפּײַניקט און באַשולדיקט אין שפּיאָנירן לטובֿת יאַפּאַן. דערנאָך איז ער אַזױ װי פֿאַרשװוּנדן. מען האָט געהאַלטן, אַז ער איז אומגעקומען ערגעץ אין די לאַגערן פֿון „גולאַג‟.
לױט אײן לעגענדע, האָט מען איטקינדן כּלומרשט װידער געפֿונען גאַנץ צופֿעליק אין 1944 אין קאַזאַכסטאַן אין צענטראַל־אַזיע. ער האָט געוווינט אױפֿן װײַטן ראַנד פֿון דער שטאָט אַלמאַ־אַטאַ אין אַן ערדשטיבל, װאָס ער האָט אַלײן אױסגעגראָבן. דאָ האָט ער װײַטער געשניטן סקולפּטורן פֿון האָלץ, װאָס ער האָט געזאַמלט אין די אַרומיקע װעלדער. אָבער אַלע זײַנען דעמאָלט געװען איבערגעשראָקן פֿון סטאַלינס טעראָר, און מען האָט מורא געהאַט אַפֿילו צו רעדן מיטן אַמאָליקן „שׂונא פֿונעם פֿאָלק‟. אַזױ האָט איטקינד װײַטער געוווינט אין זײַן ערדשטיבל נאָך צװעלף יאָר, ביז די צײַטן האָבן זיך געביטן צום גוטן. ערשט דעמאָלט, אינעם עלטער פֿון 85 יאָר, האָט ער באַקומען אַן אַרבעט װי אַ טעאַטער־דעקאָראַטאָר און אַ דירהלע אין אַלטמאַ־אַטאַ. ער האָט קײן מאָל ניט אױפֿגעהערט צו אַרבעטן, אָבער זײַנע װערק זײַנען עד־היום צעזײט און צעשפּרײט איבער פֿאַרשידענע מוזײען און פּריװאַטע זאַמלונגען.
אין דער אמתן — אַזױ שרײַבן די, װאָס זײַנען געװען פּערזענלעך באַקאַנט מיט איטקינדן און זײַן משפּחה — איז זײַן געשיכטע ניט געװען אַזױ דראַמאַטיש. נאָך נײַן חדשים אין תּפֿיסה האָט מען אים אַרױסגעשיקט אין אַ דאָרף אין קאַזאַכסטאַן, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קײן אַלמאַ־אַטאַ, די דעמאָלטיקע הױפּטשטאָט פֿון קאַזאַכסטאַן. ער האָט קײן מאָל ניט געוווינט אין אַן ערדשטיבל און האָט טאַקע געאַרבעט אינעם טעאַטער. איטקינד האָט ליב געהאַט צו דערצײלן כּלערלײ מעשׂיות. מעג זײַן, אַז די גאַנצע געשיכטע װעגן זײן לעבן װי אַ װילדע חיה אין װאַלד האָט ער ספּעציעל אױּסגעטראַכט שפּעטער, שױן אין די 1960ער, פֿאַר די מאָסקװער זשורנאַליסטן. דערצו נאָך האָט ער גערעדט אױף אַ געמיש פֿון ייִדיש, רוסיש און פּױליש, װאָס איז געװען ניט לײַכט צו פֿאַרשטײן. מען דערצײלט, אַז ער האָט דיקטירט זײַנע זכרונות אױף ייִדיש אָדער זיי אַליין פֿאַרשריבן אױף העברעיִש, אָבער װאָס איז װײַטער געשען מיט די דאָזיקע טעקסטן בלײַבט עד־היום ניט באַקאַנט.
מען װעט מסתּמא קײן מאָל ניט דערגײן דעם אמת װעגן איטקינדס דראַמאַטישער ביאָגראַפֿיע. צום סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער אַליין געזאָגט: „איכ’ל מסתּמא אין גיכן שטאַרבן. איך בין 96 יאָר אַלט. אָבער אין גן־עדן װעל איך אױך אַרבעטן. דאָרט איז פֿאַראַן אַ סך גן־עדן־האָלץ און אַלע גײן אַרום נאַקעטע, קאָן מען אױסקלײַבן גוטע מאָדעלן.‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO